די באַליבטסטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂה איז יענע וועגן אַ באָבע מיט די אייניקלעךThe most popular Yiddish folktale is one about a bubbe and her grandchildren
די מעשׂה פֿיגורירט אין אַ סך שפּראַכן אָבער ס׳איז אינטערעסאַנט, וואָס בלויז אינעם ייִדישן נוסח שטייט בײַם סוף ווי מע רייניקט די קינדער.
צי האָט אײַער באָבע דערציילט מעשׂיות ווען איר, ווי אַ קינד, האָט זיך געלייגט שלאָפֿן? מײַן באָבע איז געווען אַן אויסגעצייכנטע דערציילערין וועגן איר לעבן. אָבער איר רעפּערטואַר פֿון אַלטע פֿאָלקס־מעשׂיות איז געווען גאָר קליין; אַזוי קליין, אַז איך געדענק נאָר איינע. די איינע האָט מען דערציילט איבער גאַנץ ייִדישלאַנד, וווּ נאָר מאַמע־לשון האָט געלעבט. דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן האָט עס געגעבן דעם טיטל „אַ מעשׂה פֿון אַ באָבעצקע מיט אַ סך קינדערלעך“ אָבער די דערציילערס אַליין פֿון דער מעשׂה האָבן עס געגעבן אַנדערע נעמען ווי „אַ מעשׂה מיט אַ בער“ אָדער „שאַדעלע־באַבעלע“.
דער סיפּור־המעשׂה, שטאַרק פֿאַרקירצט, גייט אַזוי: די באָבע מיט די קינדערלעך וווינען אין אַ הויז אין וואַלד און זי גייט אַרויס קלויבן שפּענדלעך. זי וואָרנט די קינדער, נישט אַרײַנצולאָזן קיינעם נישט, ספּעציעל דעם בער. די קינדער שליסן די טיר, און דער בער קומט און קלאַפּט אין טיר. ער וויל אַרײַן אָבער די קינדער לאָזן נישט.
דאָס דריטע מאָל וואָס ער פּרוּווט אַרײַן, צעברעכט ער די טיר און די קינדער באַהאַלט זיך: „איינס אויפֿן אַלמער, איינס אונטערן אַלמער, איינס אויפֿן בעט, איינס אונטערן בעט. אָבער דאַס קלענסטע קינד, איציעלע, באַהאַלט זיך אין אַ זאַלצמעסטל. דער בער געפֿינט אַלע קינדערלעך, אַ חוץ דאָס קלענסטע איציעלע און גייט אַרויס זיך לייגן שלאָפֿן מיט אַ פֿול בײַכל.
די באָבע קומט צוריק מיט אַ שאַרף מעסער און דאָס קלענסטע קינד, איציעלע, דערציילט איר וואָס איז געשען. זי בעט דעם בער צו קומען צו איר. ווען זי זאָגט זי וועט אים צוואָגן איז ער מסכּים, און די באָבעצקע שנײַדט אויף דעם בויך און אַלע קינדער קומען אַרויס. די באָבע לייגט אַרײַן שטיינער אין זײַן בויך און ווען דער בער גייט צו צום ברונעם צו טרינקען פֿאַלט ער אַרײַן. אַ גראַם קומט צום סאַמע סוף: „שטיינדעלעך און ביינדעלעך קלינגען אין בויך, איציעלע און לאהלע וועלן עסן אַ גילדענע יויך (דאָס הייסט, וועלן חתונה האָבן).
די מעשׂה דערציילט מען איבער גאַנץ אייראָפּע אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אָבער יעדעס פֿאָלק דערציילט עס אַנדערש. ווי אונטערשיידט זיך דער ייִדישער נוסח? באַלד נאָך דעם ווי די קינדער קומען אַרויס פֿון בויך, נעמט די באָבעצקע זיי וואַשן און פּוצן און אָנטאָן ווײַסע קליידער. אין געוויסע וואַריאַנטן, צום סוף, שיקט מען די קינדער אין חדר.
דאָס אָפּרייניקן די קינדער נאָך דעם ווי זיי קומען אַרויס פֿונעם בערס בויך געפֿינט מען נאָר אין די ייִדישע נוסחאָות. דער ייִדישער עולם, זעט אויס, האָט נישט געקענט פֿאַרנעמען אַזאַ בלוטיקע סצענע, האָט מען צוגעגעבן די פּרטים פֿון ריינקייט. פֿון אַ ייִדישן קוקווינקל האָט דאָס בלוט טומאה געמאַכט די קינדער, האָט דער דערציילער געדאַרפֿט שטעלן דעם טראָפּ אויף דער ריינקייט.
די דאָזיקע פֿאָלקס־מעשׂה האָט י. ל. כּהן געזאַמלט בײַ נײַן מענטשן אין פֿאַרשידענע לענדער. אַנדערע פֿאָרשער האָבן געפֿונען נאָך משלים. אין דער קלאַסישער זאַמלונג פֿון די ברידער גרים איז דאָ די מעשׂה „די ציג און די זיבן ציגעלעך“ אָבער די פּאַרשוינען זענען אַלע חיות. אויפֿן אָרט פֿון דער באָבעצקע איז די מאַמע ציג. אויפֿן אָרט פֿון די קינדער זענען אירע ציגעלעך. אויפֿן אָרט פֿונעם בער איז דער וואָלף. אָבער אַנדערע זאַכן בײַ די ברידער גרים זענען די זעלבע ווי אין דער ייִדישער ווערסיע: דאָרט פֿיגורירט דאָס ייִנגסטע קינד ווי דער העלד פֿון דער מעשׂה און דאָרט פֿאַלט דער בער אויך אַרײַן אין ברונעם.
וואָס שייך דעם וואָלף, איז אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע מעשׂה מיט „רויטקאָפּכען“, דאָס מיידל מיט אַ רויטער הויב. ביידע מעשׂיות זענען זיכער „קרובֿים“. דער עלטסטער טעקסט פֿון „רויטקאָפּכען“ איז פֿון פֿראַנצייזיש, פֿון 1697. צום סוף פֿון דעם וואַריאַנט קומט פֿאָר דער באַקאַנטער דיאָלאָג צווישן דעם מיידל און דעם וואָלף. „וואָס פֿאַר אַ גרויסע ציין דו האָסט!“ זאָגט זי — און ער ענטפֿערט: „בעסער אַזוי דיך אויפֿצועסן!“ קיין העלד איז בכלל נישטאָ אין דער מעשׂה.
אַנדערש איז אין דער מעשׂה בײַ די ברידער גרים, וווּ די באָבע און רויטקאָפּכען הרגענען דעם וואָלף. אַ גאַנצע פּסיכאָלאָגישע ליטעראַטור האָט זיך אַנטוויקלט אַרום דעם בויך וואָס איז פֿול מיט קינדער. דאָס אויפֿעסן די קינדער/ציגעלעך דערמאָנט טייל פֿאָרשערס אינעם גריכישן גאָט, קראָנאָס, דער גאָט פֿון צײַט, וואָס האָט אויפֿגעגעסן זײַנע קינדער. קיין מעשׂה וועגן אַ יונג מיידל ווי רויטקאָפּכען איז אָבער נישט פֿאַראַן אויף ייִדיש.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס איז די פֿאָלקס־מעשׂה וועגן דער באָבעצע מיט די אייניקלעך די באַליבסטע? אפֿשר ווײַל אונדזערע באָבעס האָבן זי דערציילט, און זיי זענען דאָך אַליין געווען די העלדן פֿון דער מעשׂה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor