צוויי חנוכּה־פֿײַערונגען אין רוסלאַנד האָבן באַטאָנט ייִדיש געזאַנג Two Hanukkah events in Russia highlighted Yiddish song
אין ניזשני נאָווגאָראָד האָט מען געהערט לידער פֿון איזי כאַריק און יואל ענגעל. אין ביראָבידזשאַן — ייִדישע רעקאָרדירונגען פֿון דער סאָוועטישער ראַדיאָ
לכּבֿוד חנוכּה זענען אין רוסלאַנד פֿאָרגעקומען צוויי וויכטיקע קולטור־אונטערנעמונגען: דער קאָנצערט פֿון „מנורה־מוזיק‟ אין ניזשני נאָווגאָראָד און דער דריטער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש אין ביראָבידזשאַן.
ניזשני נאָווגאָראָד איז אַ גרויסע שטאָט מיט איבער 1.2 מיליאָן תּושבֿים. פֿאַר דער רעוואָלוציע איז זי געווען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. אַ שטענדיקע ייִדישע קהילה איז דאָרט אויפֿגעקומען אין די 1840ער יאָרן און איז צו ערשט באַשטאַנען, על־פּי־רובֿ, פֿון געוועזענע קאַנטאָניסטן. מיט 140 יאָר צוריק איז אין ניזשני נאָווגאָראָד געבוירן געוואָרן דער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר קריין (1883 – 1951). זײַן טאַטע, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקער און אַ זאַמלער פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק, האָט געהאַט דאָס רעכט צו וווינען מיט זײַן משפּחה אויסער דעם תּחום.
סוף־נאָוועמבער האָט דער דאָרטיקער טעאַטער פֿון אָפּערע און באַלעט פּרעזענטירט אַ קאָנצערט פֿון לידער אויף ייִדיש און העברעיִש מיטן נאָמען „מנורה־קאָנצערט‟. געזונגען האָבן דרײַ אָפּערע־סאָלאָיסטקעס – אַנאַסטאַסיִאַ דזשילאַס, סוועטלאַנאַ פּאָלזיקאָוואַ און יוליאַ סיטניקאָוואַ. צוויי פֿון די לידער זענען געווען קריינס קאָמפּאָזיציעס אויף די ווערטער פֿון איזי כאַריקן („וויגליד‟) און אַהרן קושניראָוו („מײַ‟). בעת דעם שמועס מיט מיר האָט סיטניקאָוואַ געזאָגט, אַז פֿאַר איר איז געווען אַ חידוש, אַז קושניראָווס ליד איז געווידמעט דעם ערשטן מײַ, כאָטש עס האָט אַ כּמו־פֿאָלקישן טעם. דאָס איז טאַקע געווען איינער פֿון קריינס מוזיקאַלישע חידושים: אין זײַנע ווערק פֿלעכט ער כּסדר צונויף די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מוזיק מיט רעוואָלוציאָנערע טעמעס.
אויפֿן „מנורה־קאָנצערט‟ האָבן אויך געקלונגען יצחק־לייבוש פּרצעס קינדער־לידער אויף דער מוזיק פֿון משה ווײַנבערג; אַ צאָל קאָמפּאָזיציעס פֿון יואל ענגעל, אַרײַנגערעכנט זײַן ליד „ער האָט מיר צוגעזאָגט‟ וועגן אַן אָפּגענאַרט מיידל; דאָס טראַגישע ליד „מאַך צו די אייגעלעך‟, וואָס ישעיה שפּיגל און דוד בייגעלמאַן האָבן געשאַפֿן אין דער לאָדזשער געטאָ; זיי זענען ביידע אומגעקומען בעת דעם חורבן.
די דאַטע פֿונעם ייִדישן אָפּערע־קאָנצערט אין ניזשני נאָווגאָראָד — דעם 23סטן נאָוועמבער — האָט מען אויסגעקליבן סײַ צוליב חנוכּה, סײַ אין שײַכות מיט דער פֿאַרזאַמלונג פֿון בערך 50 רוסלענדישע רביצינס, אָרגאַניזירט פֿון חב״ד.
אויפֿן ביראָבידזשאַנער פֿעסטיוואַל בין איך אַליין בײַגעווען. צום ערשטן מאָל באַזוך איך דאָרט אין ווינטער; ס׳האָט מיך אַ ביסל פֿאַרחידושט, אַז אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז איצט וואַרעמער, ווי אין פּעטערבורג. אין דער אמתן, איז עס פֿאַרשטענדלעך; ביראָבידזשאַן געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער כינעזישער גרענעץ אין אַ באַקוועמער קלימאַט־זאָנע. למשל, ניו־יאָרק איז אין ווינטער נישט וואַרעמער, און מאָנטרעאָל איז קעלטער. אַגבֿ, אויפֿן וועג האָב איך אַ ביסל געזען כינע פֿון דער ווײַטן, אויף יענער זײַט פֿונעם טײַך אַמור.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ שיינעם קאָנצערט, בעת וועלכן עס האָבן זיך דערהערט אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון דער סאָוועטישער ביראָבידזשאַנער ראַדיאָ אויף ייִדיש. אויף אַן אַנדער אונטערנעמונג פֿון דער אָרטיקער דיכטערין אַלאַ אַקימענקאָ, וואָס זעצט איבער לידער פֿון רוסיש אויף ייִדיש, האָט מען געשפּילט נאָך אַ צאָל ראַדיאָ־פֿראַגמענטן. די דאָזיקע רעקאָרדירונגען – הונדערטער, אויב נישט טויזנטער – זענען אַ גרויסער ייִדיש־אוצר; מע האָט זיי שוין דיגיטאַליזירט, אָבער נאָך נישט קאַטאַלאָגיזירט ווי געהעריק.
איך בין אויפֿגעטראָטן מיט צוויי לעקציעס וועגן דער ייִדישער פֿאַקטאַזיע, אוטאָפּיע און אַלטערנאַטיווע קאָנצעפּציעס פֿונעם הייליקן לאַנד. פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען ברוך גאָרין, דער גרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟. ער האָט דערציילט אינטערעסאַנטע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן לעבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועגן זײַן משפּחה און פֿרײַנד.
די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איז דער איינציקער ראַיאָן אין דער וועלט, וווּ אַ ממשותדיקע צאָל תּושבֿים לערנען זיך ייִדיש, אַרײַנגערעכנט קליינע קינדער (ס׳רובֿ פֿון זיי זענען נישט קיין ייִדן). יעדער ביראָבידזשאַנער פֿון 40 יאָר און עלטער קען דערציילן אַ סך מעשׂיות וועגן די אַמאָליקע ייִדיש־רעדער, וועגן די צײַטן, ווען אין די הויפֿן און אויף די בענקלעך פֿונעם שטאָטישן פּאַרק האָט דער עולם געשמועסט אויף ייִדיש.
אין אַלגעמיין, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז צוליב די אינטערנאַציאָנעלע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, פֿילן זיך די רוסלענדישע ייִדישע קהילות איצט מער איזאָלירט, אָבער דווקא דערפֿאַר קאָנצענטרירן זיי זיך אויף זייערע אינערלעכע ענינים. דערבײַ האָט זיך פֿאַרגרעסערט, נישט נאָר בײַ ייִדן, דער אינטערעס צו דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע און קולטור, וואָס איז פֿאַרבונדן, אַוודאי, מיט ייִדיש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO