Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישער לינגוויסט גלעד צוקערמאַן און לייוויק־הויז־טוערין שושנה קרויטעראָ געווינען „רובינליכט־פּריז“ Linguist Ghil’ad Zuckermann and Leivik House volunteer Shoshana Kroitero win Rubinlicht Prize 

צוקערמאַן האַלט, אַז די הײַנטיקע ייִדישיסטן קאָנען עפּעס אָפּלערנען פֿון די אַמאָליקע העברעיִסטן

דעם 17טן דעצעמבער האָט מען אינעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־צענטער „לייוויק־הויז‟ אויסגעטיילט דעם יערלעכן פּריז אויפֿן נאָמען פֿון לייב רובינליכט צו צוויי לאַורעאַטן, גלעד צוקערמאַן און שושנה קרויטעראָ.

גלעד צוקערמאַן איז באַקאַנט פֿאַר זײַן טעאָריע, לויט וועלכער די הײַנטיקע העברעיִשע שפּראַך שטאַמט אין אַ גרויסער מאָס פֿון ייִדיש און וואָלט גיכער געדאַרפֿט הייסן „ישׂראליש‟. ער איז אויך אַ באַוווּסטער שפּראַך־אַקטיוויסט, וועלכער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿלעבן אין אויסטראַליע די אײַנגעבוירענע שפּראַך באַרנגאַרלאַ.

די פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ און לייב רובינליכט (אויך אַ ייִדישן פּאָעט), געגרינדעט אין 1986, טיילט צו יערלעכע פּרעמיעס פֿאַר ליטעראַרישער און קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש און לטובֿת ייִדיש.

שושנה (שושי) קרויטעראָ האָט באַקומען דעם פּריז, ווײַל אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע יאָר האָט זי פֿרײַוויליק דורכגעפֿירט פֿילצאָליקע אונטערנעמונגען אינעם „לייוויק־הויז‟. ווי עס באַמערקט דער זשורי, האָט זי אויסגעפֿירט איר אויפֿגאַבע „מיט גרויס אמונה, באַשיידנקייט און איבערגעגעבנקייט‟.

צוקערמאַן איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ; זײַן דאָקטאָראַט האָט ער פֿאַרטיידיקט אינעם קעמברידזשער אוניווערסיטעט. שוין לאַנג וווינט ער אין אויסטראַליע, וווּ ער האָט אינעם יאָר 2011 אָנגעהויבן העלפֿן דעם אוראַלטן אײַנגעזעסענעם פֿאָלק באַרנגאַרלאַ אויפֿצולעבן זייער לשון. ער פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פֿון באַדראָטע שפּראַכן אינעם אַדעלאַיִד־אוניווערסיטעט, דרום־אויסטראַליע. ער איז אויך דער פּרעזידענט פֿון דער אויסטראַלישער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס.

בעת דער אויסטיילונג פֿון די פּריזן האָט צוקערמאַן דערמאָנט עטלעכע בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, אַז דער הײַנטיקער גערעדטער העברעיִש איז געשאַפֿן געוואָרן דורך ייִדיש־רעדער, וועלכע האָבן איבערגעפֿלאַנצט פֿאַרשיידענע גראַמאַטישע, פֿאָנעטישע און סעמאַנטישע עלעמענטן פֿון זייער מאַמע־לשון אויפֿן באָדן פֿונעם אויפֿגעלעבטן כּמו־העברעיִש.

לויט זײַן דעה, ווי באַלד אין דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל איז אויפֿגעקומען אַ נײַע נאַציע – די ישׂראלים – רעדט זי אויף אַ נײַער שפּראַך, „ישׂראליש‟. דער באַקאַנטער ייִדיש־פֿאָרשער ד״ר דוד כּ״ץ און אַ צאָל אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישיסטן זענען מסכּים מיט אַזאַ קוקווינקל. דער פּריז־זשורי, וואָס איז באַשטאַנען פֿון טובֿה רעשטיק־דודזאָן, רוני כּהן און דניאל גלאַי, גיבן צו, אַז ד״ר שיקל פֿישמאַן ז״ל האָט אויך געלויבט זײַן „ישׂראלישע‟ טעאָריע.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז צוקערמאַן איז איינער פֿון די איינציקע ייִדישיסטן, וועגן וועמען עמעצער האָט אָנגעשריבן אַ ממשותדיק לאַנגן אַרטיקל אין דער ייִדישער וויקיפּעדיע. צווישן די בשותּפֿותדיקע מחברים געפֿינען זיך דאָרט, לויט אַלע סימנים, ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. דאָס איז ניט קיין חידוש, ווײַל זײַן צוגאַנג שטימט מיט דער חרדישער דעה, אַז דער ישׂראלדיקער עבֿרית איז נישט קיין אמתער לשון־קודש.

פּערזענלעך, האַלט איך אויך אַזוי, נאָר בעת דעם ווידעאָ־שמועס נאָך דער באַלוינונג האָב איך געפֿרעגט בײַ צוקערמאַנען אַ קשיא: אַז מע קוקט אַרײַן אין געוויסע אַשכּנזישע לשון־קודשדיקע ספֿרים, קאָן מען באַמערקן, אַז מיט הונדערטער יאָרן צוריק איז שוין געווען בנימצא אַזאַ לשון – פֿאַקטיש אַן איבערגעזעצטער ייִדיש אויפֿגענומען ווי לשון־קודש.

אין אַזאַ סטיל איז אָנגעשריבן, למשל, דער לשון־קודשדיקער וואַריאַנט פֿון רבי נחמן בראַצלעווערס „סיפּורי־מעשׂיות‟. בײַ די חסידים קלינגט דער דאָזיקער טעקסט הייליק, לשון־קודשדיק, דווקא ווײַל ער קלינגט ייִדישלעך אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן זין. דאָרט זענען פֿאַראַן אַ סך אויסדרוקן, וואָס קלינגען פֿאַר אַ ספֿרדישן ייִד אויסטערליש אומגראַמאַטיש. למשל, די ערשטע געשיכטע „מעשׂה מאַבֿידת בת מלך‟ הייסט „אַ מעשׂה פֿון אַ פֿאַרלוירענער פּרינצעסין‟. די פּרעפֿיקסאַלע פּרעפּאָזיע „מ־‟ אינעם וואָרט „מאַבידת‟ איז פּשוט אַ קאַלקע פֿונעם ייִדישן „פֿון‟.

ד״ר צוקערמאַן האָט מיר געענטפֿערט, אַז במשך פֿון דורות האָט ייִדיש טאַקע געווירקט אויף לשון־קודש, אָבער לשון־קודש האָט אויך משפּיע געווען אויף ייִדיש; ביידע לשונות זענען געווען פֿעסט צונויפֿגעפֿלאָכטן אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אינעם הײַנטיקן ישׂראלדיקן באַנוץ איז אָבער געשאַפֿן געוואָרן אַ דריטע שפּראַך, אַ פּרי פֿון פֿילשיכטיקע אידעאָלאָגישע פּראָצעסן, וואָס טראָגט אָבער אין זיך אַ ירושה פֿון ייִדיש.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז זײַנע געדאַנקען וועגן דעם אויפֿגעלעבטן העברעיִש אָדער גיכער כּמו־העברעיִש ווענדט צוקערמאַן אויך אָן צו די אוראַלטע שפּראַכן פֿון אויסטראַליע. זאָל עס זײַן העברעיִש צי כּמו־העברעיִש, האָט זיך די ציוניסטן אײַנגעגעבן צו בויען אַ גאַנץ לאַנד, וווּ מע רעדט אויפֿן יסוד פֿון אַ שפּראַך, וועלכע איז במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר נישט געווען אַ טאָג־טעגלעך שמועס־לשון.

די לעצטע נאַטירלעכע רעדער פֿונעם אויסטראַלישן לשון באַרנגאַרלאַ, זענען געשטאָרבן אין די 1960ער יאָרן, אָבער בכּתבֿ, אין אַ צאָל ביכער, איז די שפּראַך געבליבן פֿאַרהיט. אַ דאַנק צוקערמאַנס טעטיקייט זענען הײַנט ווידער פֿאַראַן גאַנצע משפּחות פֿון אַקטיווע באַרנגאַרלאַ־רעדער. אַז מע האָט גענוג אימפּעט, קען מען יעדע טויטע שפּראַך אויפֿלעבן, כּל־זמן מע ווייסט גענוג וועגן איר.

פּנים־אל־פּנים זענען ביידע לאַורעאַטן נישט בײַגעווען אויף דער צערעמאָניע: צוקערמאַן איז געווען אין אויסטראַליע און זיך באַטייליקט דורך דער אינטערנעץ, און קרויטעראָ איז געזעסן שיבֿעה: זי האָט, נעבעך, פֿאַרלוירן איר מאַן.

צוקערמאַנס קריטיקער טענהן, אַז זײַן באַגריף „ישׂראליש‟ האָט אַן אידעאָלאָגיש טעם. אין 2004 איז אין Forward פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ גאַנצער וויכּוח וועגן דעם צווישן צוקערמאַנען און ד״ר הלל האַלקינען (פּען־נאָמען – פֿילאָלאָגאָס). פֿון דער ייִדישיסטישער פּערספּעקטיוו איז צוקערמאַנס צוגאַנג אָבער גאַנץ טראַדיציאָנעל: „ייִדיש רעדט זיך‟, ווי דער לאַורעאַט אַליין האָט זיך אויסגעדריקט אויף דער פּריז־אונטערנעמונג. „דאָס איז די היסטאָרישע לעבעדיקע שפּראַך פֿון אַשכּנזישע ייִדן. להיפּוך, האָבן די העברעיִסטן אויף קינסטלעכע פּאָליטיש־אידעאָלאָגישע אופֿנים אַרײַנגעלייגט אַ סך כּוחות, כּדי העברעיִש זאָל זיך ווערן אַ מיטל פֿון טאָג־טעגלעכער קאָמוניאַציע.

וואָס שייך ייִדיש, גלייבט צוקערמאַן, אַז הגם בײַ די חסידים לעבט ייִדיש און וועט ווײַטער לעבן, מוזן אַזעלכע אַקטיוויסטישע קרײַזן אויסאַרבעטן אַן אייגענע „רעווײַוואַליסטישע‟ אידעאָלאָגיע, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די שפּראַך מחוץ די נאַטירלעכע היימישע ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿות. באַקומט זיך, אַז די הײַנטיקע ייִדישיסטן קאָנען עפּעס אָפּלערנען פֿון די אַמאָליקע העברעיִסטן – און מע קען עס טאָן אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, בהסכּם מיט דער שפּראַכלעכער טראַדיציע, ווײַל זי איז קיינמאָל נישט איבערגעריסן געוואָן און לעבט יעדן טאָג אויף די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג און אַנדערע חסידישע געגנטן איבער דער וועלט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.