Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דיגיטאַליזירטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטונג שילדערט לעבן פֿון ייִדישע אַרבעטער אין פּוילןDigitized prewar socialist newspaper provides peek at Jewish workers’ lives in Poland

אַחוץ אַרטיקלען וועגן בונדיזם און קעגן ציוניזם האָט די „פֿאָלקסצײַטונג“ געמאָלדן וועגן קולטור- און ספּאָרט אונטערנעמונגען

די פֿאָרווערטס־לייענערס קאָנען שוין מסתּמא די וועבזײַט „היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע“ (עיתונות יהודית היסטורית, Historical Jewish Press), וווּ מע קאָן לייענען הונדערטער ייִדישע צײַטונגען און צײַטשריפֿטן, פֿון די סאַמע ערשטע נומערן פֿון סוף 18טן יאָרהונדערט ביז 2023. צײַטונגען פֿון כּלערליי מינים און שפּראַכן, און צווישן זיי — אַ סך אויף ייִדיש (דעם פֿאָרווערטס בתּוכם) זײַנען צוטריטלעך אומזיסט – אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון ירון צור פֿון תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים.

די וועבזײַט איז נישט בלויז אַ גרויסע הילף פֿאַר די פֿאָרשערס, נאָר האָט אויך ממש איבערגעמאַכט עטלעכע פֿאָרשונגס-געביטן. איין משל איז אין שײַכות מיט דער מיקראָ-היסטאָריע — די געשיכטע פֿון פּשוטע פֿאָלקסמענטשן. אַמאָל פֿלעגט מען פֿאָרשן, און במילא דערמאָנען, בלויז די וויכטיקע פֿיגורן און געשעענישן פֿון דער געשיכטע. איצט קאָן מען געווויר ווערן אָן אַ שיעור „קלענערע“ נעמען און ענינים, וואָס זײַנען כּמעט פֿאַרגעסט געוואָרן.

די סקאַנירטע צײַטונגען גיבן אונדז אַ פּרטימדיק בילד פֿון דעם וואָס האָט פּאַסירט אין דער ייִדישער וועלט, אָבער מע טאָר נישט פֿאַרגעסן אַז דאָס בילד איז נישט קיין גאַנצס. ביז נישט לאַנג צוריק למשל האָט מען געפֿונען אין וועבזײַטל פֿאַרשיידענע ייִדישע-פּוילישע צײַטונגען, וואָס האָבן אַלע געהאַט אַ טראַדיציאָנעלן-ציונסיטישן כאַראַקטער. אַזוי אַרום האָט מען געקאָנט קריגן דעם פֿאַלשן אײַנדרוק, אַז אַלע ייִדן אין פּוילן זײַנען געווען רעליגיעזע צי ציוניסטן. אָבער צווישן 1921 און 1939 איז אַרויס אין פּוילן אַ טעגלעכע צײַטונג, „פֿאָלקסצײַטונג“, וואָס איז געווען דער אָרגאַן פֿון בונד און געהאַט נישט קיין קלענערע השפּעה ווי די אַנדערע צײַטונגען.

אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון אייל מילער, דעם פֿאַרוואַלטער פֿון „היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע“, און דער הילף פֿון בית שלום עליכם אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט מען לעצטנס סקאַנירט אַ טייל פֿון „פאָלקסצײַטונג“, און צו ביסלעך אָנגעהויבן אָנלאָדן אויף דער וועבזײַט. אויף דעם דאַרף מען טאַקע מאַכן אַ שהחיינו, ווײַל דאָס איז אַ היסטאָרישער אויפֿטו – נישט יעדן טאָג פֿאַרגינט די ציוניסטישע מדינה אַ בונדיסטישן אָרגאַן. די אַרבעט האָט זיך נאָך נישט געענדיקט: ביז הײַנט האָט מען סקאַנירט 1,340 נומערן, אָבער ס’איז אַ סך בעסער ווי גאָרנישט.

„פֿון אַלע צײַטונגען אין װאַרשע איז די ‘פאָלקסצײַטונג’ געװען די אָרעמסטע,“ האָט געשריבן דער זשורנאַליסט און שרײַבער ברוך שעפֿנער (1896־1977). „אין איר אָרעמקײט האָט די ‘פאָלקסצײַטונג’ געטרײַ אָפּגעשפּיגלט דאָס לעבן פֿון אירע לעזער, די ייִדישע אַרבעטער אין פּױלן.“ אויך פֿונעם גראַפֿישן שטאַנדפּונקט איז די צײַטשריפֿט געווען אַן אָרעמע: אַחוץ יום-טובֿים ווי דער ערשטער מײַ זײַנען די בלעטער געווען כּמעט נאַקעט פֿון בילדער און צייכענונגען. אָבער מיט טעקסט איז די צײַטונג דווקא געווען רײַך: אָנגעפּאַקט מיט באַדײַטנדיקע און באַגײַסטערטע פּרטים. די צײַטונג איז געווען אַ היימישע, און די לייענערס – דאָס רובֿ, אָנהענגערס פֿונעם בונד – האָבן אומגעדולדיק געוואַרט אויף דער צײַטונג יעדן טאָג, אויך שבת און אַמאָל אויך יום-כּיפּור.

די ערשטע זײַט פֿון „פֿאָלקסצײַטונג“ שבת, דעם 7טן אַפּריל 1933 Photo by Benny Mejersdorf

קודם־כּל האָט מען אין „פֿאָלקסצייטונג“ געקאָנט לייענען נײַעס פֿון פּוילן, פֿון ייִדיש-לאַנד, און פֿון דער גאָרער וועלט – ווײַל די צײַטונג האָט דאָך געוואָלט פֿאַרברייטערן דעם וועלטפֿאַרנעם און דאָס קענטעניש פֿון אירע לייענערס, אַז זיי זאָלן נישט בלײַבן אין די שטעטלדיקע דל״ת אמות.

אין דער צײַטונג האָט מען אויך אָפּגעדרוקט אַ סך פּובליציסטיק – אַרטיקלען פֿון די בונד־פֿירער וויקטאָר אַלטער און הענריק ערליך, ווי אויך אַנדערע: יעקבֿ פּאַט, יעקבֿ לעשצינסקי, י. אַרטוסקי, יוסף כמורנער, בייניש מיכעלאָוויטש אאַז״וו. די שרײַבערס האָבן געקעמפֿט קעגן די פֿרומע און די ציוניסטן פֿון איין זײַט, און קעגן די קאָמוניסטן און די אַנטיסעמיטן פֿון דער אַנדערער זײַט. דערפֿאַר האָט די מאַכט גאָר אָפֿט צענזורירט פֿאַרשיידענע אַרטיקלען, און די צײַטונג איז געדרוקט געוואָרן מיט ווײַסע-ליידיקע קאָלומנעס דאָ און דאָרטן.

אַ סך אַרטיקלען אין „פאָלקסצײַטונג“ שפּיגלען אָפּ די בונדיסטישע אַני-מאמינס, ווי למשל דאָס וואָס וויקטאָר אַלטער האָט געשריבן אין יולי 1938: „עס וואָלט הייסן באַגיין אַ גרויסן פֿעלער, אויב מע זאָל די אַראַבישע טעראָריסטן באַטראַכטן אַלץ פּשוטע באַנדיטן, וואָס נוצן אויס די אָנגעגליטע נאַציאָנאַליסטישע אַטמאָספֿער פֿאַר אַקטן פֿון מערדערײַ, גזלה און נקמה… אין דער טעראָריסטישער באַוועגונג קומט צום אויסדרוק, אין אַ פֿאַרקריפּלטער פֿאָרם, עפּעס ווי אַ סטיכישער פּראָטעסט פֿון געוויסע טיילן פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג קעגן דער הערשאַפֿט פֿון די ענגלענדער און קעגן זייערע פֿאַרבינדענטע ציוניסטן.“ אַזאַ אידעע – ד״ה, דאָס פּרוּוון פֿאַרשטיין דעם „קאָנטעקסט פֿון טעראָר“, און אַפֿילו באַרעכטיקן אים – קאָן מען הערן אויך הײַנט פֿון אַ סך אַנטי-ציוניסטן. עס איז ניטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון, און עס ווײַזט אונדז אַז די שטימען פֿון די איצטיקע דעמאָנסטראַציעס קעגן מדינת-ישׂראל זײַנען אייגנטלעך עכאָס פֿון די דעמאָלטיקע בונדיסטישע רופֿן.

אַ חוץ אידעאָלאָגישע אַרטיקלען זײַנען געדרוקט געוואָרן אַ סך ניצלעכע אינפֿאָרמאַציעס וועגן קורסן, לעקציעס, קולטור- און ספּאָרט אונטערנעמונגען – אַלץ וואָס איז שייך צו די שטרעבונגען צו דערציִען און פֿאַרבעסערן דעם ייִדישן אַרבעטער. אַמאָל זענען די איינציקע גראַפֿישע עלעמענטן די מעלדונגען, ווי למשל איין רעקלאַמע פֿאַר ש. עדעלמאַנס שיכגעשעפֿט, אויף זאַמענהאָף 9, וואַרשע.

די „פֿאָלקסצײַטונג“ האָט געהאַט אַ שם פֿון אַן ערנסטער צײַטונג, ממש דער היפּוך פֿון „אונזער עקספּרעס“ — נאָך אַ פּאָפּולערע, ביליקע צײַטונג (ביידע האָבן געקאָסט נאָר 10 גראָשן), וואָס האָט אַרײַנגענומען אַ סך בילדער און ווייניק ווערטער. אין דער אמתן האָט אויך די „פאָלקסצײַטונג“ געהאַט אירע לײַכטערע אָפּטיילן, ווי למשל דער טעגלעכער וויץ אין דער רובריק „טו אַ שמייכל“. אַ סך פֿון די וויצן האָבן געהאַט אַן אידעאָלאָגישן, פּראָלעטאַרישן זינען, ווי למשל דער וויץ „נישט צום ריכטיקן דאָקטער“, וואָס גייט אַזוי:

„אַ באַקאַנטער גבֿיר לאָזט זיך אונטערזוכן פֿון אַ דאָקטער. דער גבֿיר מאַכט אַ מינע ווי ער וואָלט געטון דעם דאָקטער אַ באַזונדערע טובֿה, וואָס ער דערלויבט אים זיך צורירן צו זײַן טײַערן גוף. בשעת אונטערזוכן פֿרעגט עפּעס דער דאָקטער זײַן פּאַציענט, אָבער יענער אײַלט זיך נישט צו ענטפֿערן – דער דאָקטער קאָן אַביסל וואַרטן. אַן אומגעדולידקער רופֿט זיך אָן דער דאָקטער: ‘אַ שאָד וואָס איר זענט נישט געגאַנען צו אַ וועטערינאַר. יענער איז צוגעוווינט נישט צו באַקומען קיין ענטפֿער פֿון זײַנע פּאַציענטן’.“

ווי באַוווּסט, האָבן אַ סך ייִדישע צײַטונגען פּובליקרט ראָמאַנען אין המשכים, און די „פֿאָלקסצײַטונג“ איז נישט געווען קיין אויסנאַם: ראָמאַנען פֿון יהושע פּערלע, יוסף אָפּאַטאָשו און אַפֿילו האַנס פֿאַלאַדאַ — אַ נישט־ייִדישער דײַטשער שרײַבער וואָס איז נישט לאַנג צוריק ווידער באַרימט געוואָרן אַ דאַנק זײַן ראָמאַן „יעדער שטאַרבט פֿאַר זיך אַליין“ (אָדער „אַליין אין בערלין“).

יעדן פֿרייטיק האָט מען פֿאַרברייטערט די צײַטשריפֿט מיט אַ בײַלאַגע פֿאַר קינדער, „קליינע פֿאָלקסצײַטונג“, וואָס איז געווען מלא־חן, נישט געקוקט אויפֿן דוחק פֿון גראַפֿישע עלעמענטן. דערצו האָט מען אַרײַנגעשטעלט אַ ליטעראַרישע בײַלאַגע, מיט ווערק פֿון איציק מאַנגער, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, ישׂראל שטערן און אַפֿילו איבערזעצונגען פֿונעם נישט־ייִדישן דײַטשן שרײַבער און דיסידענט קלאוס מאַן. אויך די ייִדישע ווערק פֿון יונגע דיכטערס האָט מען דאָרט געפֿונען, ווי רייזל זשיכלינסקי און בער שנאַפּער.

מע דאַרף נישט מסכּים זײַן מיט די אַלע דעות פֿון בונד בכדי צו דערקענען די וויכטיקע ראָלע פֿון „פֿאָלקסצײַטונג“ אין דער ייִדישער געשיכטע. אַ דאַנק דער איצטיקער דיגיטאַליזירונג קאָן מען לערנען פֿון דער געכישטע, און טרעפֿן אַ מאָל צווישן די שורות אַ שפּיגל, און אַ מאָל אויך עטלעכע ענטפֿערס, צו די פֿראַגן וואָס מאַטערן אונדז אויך הײַנט צו טאָג.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.