פֿון פּאַטלעזשאַן ביז ביראָבידזשאַן — אײַנדרוקן פֿון אַ ניו־יאָרקער ייִדיש־קאַבאַרעטEggplants and Birobidzhan highlighted this Yiddish New York cabaret
מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך צום ערשטן מאָל בײַגעווען אױפֿן יערלעכן פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק“.
צום באַדױערן איז מײַן צײַט דאָרט געװען אַ באַגרענעצטע. איך האָב אָבער יאָ אַרײַנגעכאַפּט אַ נאַכט־קאַבאַרעט, אײנער פֿון די פֿיל נאַכטפּראָגראַמען, און ס׳איז כּדאַי איבערצוגעבן אױף אײן פֿוס דעם אינהאַלט פֿון דעם לעבעדיקן, אַפֿילו פּראָװאָצירנדיקן טעאַטער־רעװיו. דװקא אין טאָג פֿון ניטל האָט דער זאַל בײַם היבריו־אוניאָן־קאַלעדזש אין מאַנהעטן זיך צעהילכט מיט די פֿרײלעכע און לעבעדיקע קולות פֿון טעאַטער אױף אַ געמיש פֿון ייִדיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. נישט דעם גאַנצן אינהאַלט װעל איך דאָ איבערגעבן ווײַל ס׳איז אוממעגלעך אַרײַנצוקװעטשן אַלץ אין געצײלטע װערטער.
געעפֿנט די פֿאָרשטעלונג האָט אַ דראַמאַטישע דעקלאַמירונג, מיט רעקװיזיטן, פֿון אַ ביז־איצט־שױן באַקאַנטן ליד פֿון אַ דערהרגעטן פּאַלעסטינער פּאָעט. דאָס אַראַבישע ליד פֿון ריפֿאַט אַלאַריר האָט װעבער (אַן איבערזעצער, װאָס ניצט בלויז אײן נאָמען) איבערגעזעצט אויף ייִדיש. די איבערזעצונג האָט אױפֿגעהיט דעם קינדערישן חן און טיפֿן, אַקטועלן אומגליק פֿונעם אָריגינאַל.
נאָך אַ פֿאָרשפּיל אַזאַ מיט ליאַלקעס האָט די קאָנפֿערענסיעקע, סוזאַן טאָרען, פֿאָרגעשטעלט די באַקאַנטע ליאַלקע־מאַכער און קינסטערלין דזשעני ראָמײן און איר טרופּע, „גרײט סמאַל װאָרקס [גרױסע קלײנע װערק]“. שװער צו פֿאַרסך־הכּלען די פֿילפֿאַרביקע, מולטי־מעדיאַ־פֿאָרשטעלונג, נאָר געדרײט האָט עס זיך אַרום פּאַטלעזשאַנען — זײער קולינאַרישע און קולטורעלע געשיכטע, און װי אַזױ יענץ גרינס איז געװאָרן אַזוי חשובֿ בײַ די ספֿרדישע ייִדן. באַגלײט האָט מען דאָס אַלץ מיט פּאַטלעזשאַן־קאָסטיומען און אַ ליד, אױף לאַדינאָ, װעגן דעם דאָזיקן גרינוואַרג. נישט אַלץ האָב איך פֿאַרשטאַנען אָדער געפֿאָלגט (מע דאַרף אַ געװיסע שאַרפֿע ראיה דאָס אַלץ אויפֿצוכאַפּטן), נאָר מיט אַ שמײכל דאָס אַלץ אױפֿגענומען און דערװאַרט דאָס קומעדיקע שטיקל.
פֿון פּאַטלעזשאַן איז מען אַריבערגעפֿאָרן אין ביראָביזשאַן. אין איין סקיצע האָט אַ פּראָפֿעסאָרשע (געשפּילט פֿון דער אמתער פּראָפֿעסאָרשע דעבראַ קאַפּלאַן) איבערגעגעבן װעגן אירער אַ רײַזע אין דעם ייִדישן אױטאָנאָמישן געגנט. די שפּילערס האָבן זיך געװאָנדן צום עולם, גלײַך װי זײ (דאָס הײסט מיר, די צוקוקערס) זײַנען אײַנגעטײלט אין פֿאַרשײדענע מאַנשאַפֿטן אין אַן אױסגעטראַכטן ייִדישן זומער־לאַגער, אַרײַנגערעכנט דעם „עמאַ גאָלדמאַן בײַדל“ און דעם „יודזשין דעבס בײַדל.“ מע האָט דעם עולם כּלומרשט געפֿירט אױף אַ רײַזע קײן…. ביראָבידזשאַן. איך האָב דװקא אָנגעהױבן זיך פֿילן גאַנץ סקעפּטיש װעגן דער סקיצע, װײַל די דאָזיקע געגנט איז אַן אָפֿטמאָליקע שמועס־טעמע אין לינקע קרײַזן.
איך האָב אָבער געהאַט אַ טעות. אַ קול האָט זיך דערהערט פֿון די באַטײליקטע: „פֿאַר װאָס פֿאָרן מיר אַהין? האָבן מיר דען נישט אַן אײגענע הײם דאָ?“
די פֿירערס פֿון זומער־לאַגער האָבן זיך נישט צוגעהערט, און מע האָט ממשיך געווען מיט דער רײַזע. דעמאָלט האָט די סצענע זיך װידער געביטן, און קאַפּלאַן האָט פֿאָרגעשטעלט אַן אינטערװיו, דאַכט זיך אַן אמתן, מיט אַ ביראָבידזשאַנער תּושבֿ, אַ זקן, װאָס דריקט אױס זײַנע פּאָזיטיװע אײַנדרוקן װעגן זײַנע אָפּגעלעבטע יאָרן דאָרטן.
געענדיקט האָט די סקיצע מיט אַ צאָל געמישטע קולות, אַרױסרעדנדיק פֿאַרשײדענע װערטער — „הײם,“ „גלות“, „אױטאָנאָמיע.“ אַ פֿרוכפּערדיקע צעמישעניש. די סקיצע האָט אױף מיר היפּש געװירקט – אַ געפֿיל אַז קאָמפּליצירטקײט און צװײטײַטשיקײט קען מען גענױ איבערגעבן אױף אַ פֿאַרװײַלערישן אופֿן אױף אַ קלײנעם מאַסשטאַב.
שפּילעװדיקע שטיק זײַנען געקניפּט און געבונדן מיט יעדן קאַבאַרעט. פֿונעם בורלעסק־פּאָרל „שמוציקע שמאַטעס“ זײַנען אַרױסגעטראָטן די אַזױ גערופֿענע „ברענדאַ ראָזעס“ און „קאַשע װאַרנישקעס“, פֿאָרשטעלנדיק פֿאַרשײדענע עפּאָכעס פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין דער פֿאָרעם פֿון אותיות פֿון אַלף־בית. די סקיצע האָט אויסגעזען ווי אַ פּראָװאָצירנדיק שטיקל אָבער זי האָט נישט געהאַט גענוג צײַט זיך צו אַנטפּלעקן אין אַ פֿולער פֿאָרעם. הלװאַי וועט מען דאָס קענען זען באַריכות בײַ אַן אַנדערער געלעגנהײט.
אָפֿט מאָל װערט ייִדיש אַסאָצייִרט מיט אַ הומאָריסטישן גײַסט, און איך בין נישט קײן קעגנער דערפֿון. זאָל מען זיך פֿרײען און הנאָה האָבן אין אַ פֿינצטערער װעלט! אײנס װיל איך זאָגן: דילאַן סײדערס האָפֿמאַן, אַ פֿאָלקסבינע־אַקטריסע, האָט געשליפֿן און געשיקט דערלאַנגט אַ מאָנאָלאָג פֿון שעקספּירס „ראָמעאָ און דזשוליִעט,“ פּרעכטיק איבערגעזעצט פֿון י. גאָלדבערג, פּראָדוצירט דורך דער נײַער טעאַטער־טרופּע GLYK. דערנאָך האָט איר קאָלעגע, קאָפּל הירש, הומאָריסטיש דאָס פֿאַרטײַטשט אױף ייִדיש־ענגליש. די אַקטיאָרשע האָט אַזוי פּרעכטיק און רירנדיק געשפּילט דעם שעקספּיר, אַז די פּראָסטע װיצן, כאָטש איך האָב הנאָה געהאַט פֿון זײ, האָבן אױסגעזען פּשוט נישט אױפֿן אָרט — אַן אופֿן, װידער, אױסצוניצן ייִדיש כּדי צו דערנידעריקן און פֿאַרביליקן די ליטעראַרישע קולטור.
בײַם סוף האָט מען געזען אַן אײגנאַרטיקע טאַנץ־פֿאָרשטעלונג װאָס האָט ממש צעגלידערט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קולטור אױף אַ הײמישן און מאָדערנעם (און אַפֿילו מיסטעריעזן) אופֿן. די כאָרעאָגראַפֿקע הדר אהובֿיה האָט פֿרײַ זיך געדרײט, זיך געקאָרטשעט, געזעסן און געשטאַנען, אַלץ אַקאָמפּאַנירט מיט באַגלײט־מוזיק פֿון חזנות און לשון־קודשדיקע אױסצוגן פֿון די תּפֿילות, מער װײניקער, כאָטש נישט אױף אַן אױסגעהאַלטענעם אופֿן; גיכער אױף אַ הײַנטיקער אונגעריש־חסידישער הבֿרה. אין איר באַגלײט־טעקסט האָט די טענצערין געזאָגט אַז זי איז אױסן דעקאָנסטרויִרן די ישׂראל־טענץ. דאָס האָב איך נישט אױפֿגעכאַפּט — מסתּמא ווײַל איך בין נישט קיין טענץ־מומחה.
דער גאַנצער אָװנט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ בופֿעט פֿון אינטערעסאַנטע פֿאָרשפּײַזן, װאָס מע לאָזט איבער דעם צוקוקער אַ געזעטיקטן, פֿול מיט טעם־אײַנדרוקן און מעשׂיות װאָס מע װיל איבערגעבן די אַלע װאָס זײַנען נישט בײַגעװען. אַ געראָטענער אופֿן צו פֿאַרברענגען אַ ניו־יאָרקער אָװנט!
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor