אפֿשר וועלן די סגולות העלפֿןDoing more mitzvahs can’t hurt
די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.
אין דער פֿרי בין איך עפּעס אַרומגעגאַנגען מיט ליימענע פֿיס אַזוי ווי כ׳וואָלט געטראָגן שטעקשיך פֿון צעמענט. וואָס איז מיט מיר? ווי באַלד כ׳האָב גענומען דעם סידור אין דער האַנט צו זאָגן די ברכות, וואָס איך זאָג זיי יעדן אין דער פֿרי, איז מיר גלײַך אַלץ קלאָר געוואָרן. אַוודאי קומט אַלץ פֿונעם אייבערשטן, און אַלץ וואָס פּאַסירט האָט אַ באַטײַט. די זאַך איז נאָר, אַז מע דאַרף גוט וויסן ווי צו פֿאַרטײַטשן די סימנים וואָס דער אייבערשטער גיט אונדז.
כ׳בין מיט אַ פּליוך אַרײַנגעפֿאַלן אינעם בענקל לעבן מיר און גלײַך אײַנגעזען דעם אמת. די שווערע פֿיס בײַ אַזאַ זשוואַווער מענטש ווי איך בין מוז האָבן עפּעס אַ באַטײַט. אַהאַ, ס׳איז גאָר נישט אַזוי שווער צו פֿאַרשטיין! איך גיי… איך גיי… אין פֿאַלשע וועגן, און איך פֿאַרלאָז זיך אויפֿן אייגענעם באַראָט! איז נישט קיין וווּנדער וואָס איך האָב נאָך נישט געטראָפֿן מײַן ריכטיקן זגאַל? נישט איך דריי דאָס רעדל! וויפֿל קען איין מענטש, איין בשׂר־ודם, דען אויפֿטאָן?
וואָס זשע טוט מען? מוז איך זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט און וואַרטן ווער ווייסט ווי לאַנג? דאָס האָט מיר נישט גרינגער געמאַכט דאָס געמיט. הממם, אָבער באַלד איז מיר געקומען אין געדאַנק פֿאַרשיידענע סגולות וואָס ווען מע טוט זיי ווײַזט עס דעם אייבערשטן ווי שטאַרק מע וויל די זאַך וואָס מע בעט: אַ קינד, פּרנסה… אַ שידוך?
וואָס פֿאַר אַן עצה גיב איך אַנדערע? געבן צדקה פֿאַרן ליכט־בענטשן און פֿאַרן דאַווענען; זאָגן דעם צוויי און דרײַסיקסטן קאַפּיטל תּהילים; בעטן לטובֿת אַ צווייטן וואָס וויל אויך אַ שידוך; זאָגן אַלע טאָג „אַז ישיר‟ — דאָס ליד וואָס משה רבינו און בני ישׂראל האָבן געזונגען פֿאַרן גרויסן נס פֿון שפּאַלטן דעם ים; אָנצינדן אַ ליכט, און פֿערציק טעג נאָך אַנאַנד זאָגן גאַנץ שיר השירים… און נאַך אַנדערע סגולות, למשל, שיטן זאַלץ אין די שיך. אָבער אַזוי ווי די פֿרוי וואָס האָט מיך דאָס אַ מאָל געעצהט איז, נעבעך, לעצטנס געשטאָרבן (זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן), האָב איך זי מער נישט געקענט פֿרעגן צי מע דאַרף ניצן גראָבן כּשר זאַלץ צי דעם געוויינטלעכן טישזאַלץ.
איר קענט מיר גלייבן, אַז ווען איך האָב באַשלאָסן אויסצופּרוּוון די סגולות איז מיר אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרץ און, נאָך אַ טאָג צוויי — דער צעמענט פֿון די פֿיס אויך.
בקיצור, כ׳האָב אָנגעהויבן תּפֿילה טאָן, אַז די פֿרײַנדינע גאָלדע, אַן אַלמנה מיט פֿינף קינדער, זאָל געהאָלפֿן ווערן, אַז זי זאָל געפֿינען אַ מאַן. כ׳האָב געגעבן אַ סך מער צדקה און געזאָגט „אַז ישיר“ און שיר השירים, כאָטש עס האָט זיך מיר געפּלאָנטערט אין קאָפּ בײַ וואָסער תּפֿילה מע דאַרף אָנצונדן דאָס ליכטל. כ׳האָב געהאָלפֿן אַן אַלטע פֿרוי גיין אַ ביסל שפּאַצירן יעדן טאָג און אַ געליימטער פֿרוי גיין אײַנקויפֿן. די לעצטע זײַנען נישט געווען סגולות פֿאַר אַ שידוך, אָבער כ׳האָב דעם אייבערשטן געוואָלט ווײַזן, אַז איך טראַכט נישט נאָר פֿון זיך אַליין.
דער חסרון איז, אַז כ׳האָב נישט געהאַט קיין צײַט צו אַרבעטן, און מײַנע קליענטן האָבן נישט אויפֿגעהערט צו קלינגען מיט בקשות פֿאַר שידוכים. די גוטע נײַעס איז, אַז איך האָב פֿאַרלוירן פֿינף פֿונט אין צען טעג ווײַל כ׳בין געווען אַזוי פֿאַרנומען מיטן דאַווענען און מיצוות טאָן, אַז כ׳האָב פֿאַרגעסן צו עסן.
אָבער וויפֿל איז דער שיעור? האָב איך געקלאָגט. וווּ איז ער שוין? ווי לאַנג קען איך אַזוי אָנגיין? אין גיכן האָט דער אייבערשטער טאַקע געהאָלפֿן און איך האָב באַקומען אַ טעקסטל פֿון אַ פֿרײַנד אין מילוואָקי וואָס קען עמעצן, וואָס זײַן חבֿרס אַ קוזין אין דענווער זוכט אַ שידוך, און ער האָט געמיינט, אַז אפֿשר וואָלט איך געווען אַ בעלן. אַ ברייטער שמייכל האָט זיך אויסגעצויגן איבער מײַן פּנים, און די אויגן זײַנען נאַס געוואָרן און זיך געווענדט צום הימל מיט דאַנקבאַרקייט. אָט איז ער, האָב איך געטראַכט. דער אייבערשטער האָט מיך נישט פֿאַרלאָזט.
נו, ווער איז דער מענטש, ווילט איר וויסן? ער איז אַ פּסיכאָטעראַפּעווט, וואָס אַרבעט מיט מלחמה־וועטעראַנען, וואָס לײַדן פֿון טראַוומע־קרענק. מײַן פֿרײַנד קען אים נישט פּערזענלעך אָבער ער האָט געפֿונען זײַן בילד אויף „פֿייסבוק“ און ער וועט עס מיר עלעקטראָניש איבערשיקן.
איך בין זיכער געווען, אַז דאָס איז ער שוין, אַז דאָס האָט מיר דער אייבערשטער צוגעשיקט, אַ לוין פֿאַר אַלע סגולות און מיצוות וואָס איך האָב געטאָן במשך פֿון די לעצטע צען טעג.
דעם אמת געזאָגט, איז דאָס בילד, ווען איך האָב עס באַקומען, מיר נישט זייער געפֿעלן. דער מאַן האָט געהאַט אַ פּנים אַזוי רונד און רויט ווי אַ באַלאָן, און עס איז געווען אַזוי באַוואַקסן מיט ווײַסע געקרײַזלטע האָר, אַז מ׳האָט נאָר געקענט זען די אויגן — בלויע, זייער אינטענסיווע — וואָס האָבן ווי געגלאָצט גלײַך אויף מיר. דער אַנהייב פֿון אַ פּליך איז בײַ אים געווען פֿאַרדעקט מיט אַ גרויסער שוואַרצער יאַרמלקע. דאָס איז מיר יאָ געפֿעלן. דאָס איז אַ באַווײַז, אַז ער איז שטרענג פֿרום און ער שעמט זיך נישט מע זאָל דאָס זען — נישט ווי די איצטיקע מאָדערנע ייִדישע מענער וואָס זייערע יאַרמלקעס, זייערע „כּיפּות“ זײַנען ניט מיט קיין סך גרעסער ווי אַ פֿופֿציק־סענטיקע מטבע.
מע קען אַ סך אַרויסדרינגען פֿון אַ בילד אויב מע קוקט זיך גוט אַרײַן. כ׳האָב אינעם בילד גוט אַרײַנגעקוקט און באַשלאָסן, אַז דער מענטש האָט אַ גוט האַרץ און אַ גוטע נשמה. די אויגן זײַנען דאָך אַ פֿענצטער צו דער נשמה, ניין?
דער עיקר איז, אַז ער איז מיר צוגעשיקט געוואָרן פֿונעם אייבערשטן, און צו איבערקלײַבעריש וועגן אויבנאויפֿיקע זאַכן טאָר מען נישט זײַן. ער איז געווען אַן אַלמן אין אַן אָננעמלעכן עלטער. ער האָט אַ גוטע אַרבעט, העלפֿט מענטשן, האָב איך געעפֿנט מײַן האַרץ און געזאָגט, אַז ער קען צו מיר אָנקלינגען. אויף אַזוי ווײַט האָב איך געגלויבט, אַז ער איז מײַן זיווג, אַז ווען אַ פֿרײַנדינע האָט מיר דערציילט וועגן אַ נײַער זיכערער סגולה, האָב איך שוין אַפֿילו נישט געוואָלט הערן דערפֿון. אָבער זי האָט זיך פֿעסטגעשטעלט, אַז מיר וועט די סגולה געפֿעלן ווײַל מיר געפֿעלן אַווענטורעס.
יעצט האָב איך געמוזט כאָטש הערן וואָס דאָס איז. די סגולה הייסט שלוח הקן, מע קלעטערט אַרויף אויף אַ הויכן לייטער צו אַ מאַמע פֿויגל וואָס בריט אירע אייער און מע טרײַבט זי אַוועק פֿונעם נעסט ווען מע נעמט די אייער. אַוואָסער אַכזריות איז דאָס? אַזאַ נאַרישקייט? אַרויפֿצוקלעטערן אויף אַ הויכן לייטער אין אַ לאַנגער זשופּקע און אַוועקטרײַבן אַן אומשולדיקן פֿויגל? אַ סוף זאָל עס שוין נעמען! איך האָב באַלד מײַן פֿרײַנד פֿון מילוואָקי צוריקגעקלונגען און געזאָגט, אַז דער טעראַפּעווט פֿון דענווער מעג מיר קלינגען. ”איך האָב נאָך נישט קיין סך אויסגעפֿונען וועגן אים,“ האָט מײַן פֿרײַנד געזאָגט. אָבער איך האָב דאָס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט. „אויב דו האָסט זײַן טעלעפֿאָן, בעט אים ער זאָל מיר קלינגען מאָרגן אין אָוונט“.
און אַזוי איז טאַקע געווען. זײַן קול איז געווען אַ ביסל מאָדנע, אַ ביסל הויך. צום ערשט האָב איך געמיינט, אַז אַ פֿרוי רעדט. אָבער ניין, דאָס איז ער, דער טעראַפּעווט. ער האָט נישט לאַנג געוואָלט רעדן. ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט פֿײַנט צו רעדן טעלעפֿאָניש ווײַל מע קען קיין מאָל נישט וויסן ווער הערט זיך אונטער. כ׳האָב זיך צעלאַכט. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער וויצלט זיך אַזוי. „ניין, ס׳איז נישט קיין שפּאַס. הער זיך גוט צו, וועסטו קענען הערן ווי עמעצער שאַרט פּאַפּירן אין הינטערגרונט.“
„איז ווי קען איך זיך מיט דיר דורכרעדן?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
„מיר קענען טעקסטלען,“ האָט ער געענטפֿערט. און ער האָט מיך טאַקע געטעקסטלט עטלעכע מאָל, ביז ער האָט געזאָגט, אַז איך געפֿעל אים און מיר קענען זיך טרעפֿן די קומענדיקע וואָך. דאָס גאַנצע געשפּרעך איז געווען אַ ביסל אָנגעשפּאַנט, אָבער איך האָב זיך געפֿרייט, אַז מיר האָבן נישט געדאַרפֿט רעדן וואָכן לאַנג וועגן קלייניקייטן. ער האָט נישט געבעטן, ווי אַ סך אַנדערע קאַוואַליערן, אַז איך זאָל פֿאָרן צו אים. אָבער אַ ביסל מאָדנע איז יאָ געווען דאָס וואָס ער האָט מיר געהייסן פֿאָרן מיט אַ טאַקסי און אַרויסשטײַגן מיט אַ בלאָק פֿריִער פֿונעם רעסטאָראַן. געזאָגט האָט ער: „ס׳איז געזינטער צו גיין אַ ביסל צו פֿוס און אָטעמען די פֿרישע לופֿט, ווײַל די לופֿט אין טאַקסיס איז פֿאַרפּעסטיקט.“
ער האָט אויסגעקליבן אַ קליינעם, נישט זייער טײַערן רעסטאָראַן, וווּ ער קען דעם אייגנטימער, אַן אַנדער וועטעראַן, אַן אָרנטלעכער מענטש וואָס ער ווייסט וועט גאָרניט פֿרעמדס אַרײַנטאָן צו אים אין דער טיי.
איך האָב זיך צעלאַכט און געטראַכט, אַז ער היט זיך, אַזוי ווי אַ סך פֿון מײַנע פֿרײַנד, אַז אַלץ וואָס זיי עסן זאָל זײַן אָרגאַניש. פֿונדעסטוועגן האָט זיך מיר עפּעס מאָדנע אָנגעהויבן דרייען אין בויך. כ׳האָב אויסגעטרונקען אַ גרויסן קופֿל פֿון מײַן באַליבסטן באַרויִקנגס־מיטל, קאַמילן־טיי, און זיך אַליין געפֿרעגט: וואָס איז מיט דיר איצט? דער אייבערשטער האָט געענטפֿערט דײַן געבעט. דו ביסט שוין נישט צוגעוווינט אַז אַ מאַן זאָל זײַן נאָרמאָל און טראַכטן וועגן דעם וואָס איז גוט פֿאַר דיר: פֿרישע לופֿט, געזונטע עסנס…
ווען ס׳איז אָנגעקומען דער טאָג זיך צו טרעפֿן האָב איך זיך שיין אויסגעקליידט: נישט שבתדיק, נאָר פּאַסיק פֿאַר סתּם אַ מיטוואָך. כ׳האָב געבעטן דעם טאַקסי־שאָפֿער מיך אַפּלאָזן אַ בלאָק פֿונעם רעסטאָראַן, וווּ מיר האָבן זיך געזאָלט טרעפֿן, און איך האָב אָנגעהויבן רעדן צו זיך אַליין: ער איז אַ גוטער, ער העלפֿט וועטעראַנען וואָס לײַדן פֿון טראַוומע־קרענק. דאָס וואָס ער איז נישט קיין שיינער… נו, טראַכט אין גאַנצן נישט וועגן דעם! געדענק דער מאַמעס ווערטער: „אַז אַ מאַן איז שענער ווי אַ מאַלפּע, איז שוין גוט“.
איך בין שוין געווען נאָר עטלעכע מעטער פֿונעם רעסטאָראַן און וואָס האָב איך געזען פֿאַר די אויגן: דער מאַן, מײַן זיווג, קליין געוווּקסן, שטייט אויף רעכטס פֿון דער טיר, קוקט פֿון איין זײַט גאַס צום צווייטן און צוריק. די אויגן גייען אויך נערוועזערהייט פֿון איין זײַט צו דער אַנדערער. ווען איך בין צו אים צוגעגאַנגען האָט ער זיך אַזש דערשראָקן, אָבער ער האָט טיף אָפּגעאָטעמט און זיך אַ ביסל באַרויִקט. „גוט וואָס דו ביסט איצט געקומען. איך זע דערווײַל נישט קיין שׂונאים.“
„וואָסערע שׂונאים? וואָס רעדסטו?“
”ס׳מאַכט נישט אויס. איכ׳ל דיך באַשיצן“.
ווען מיר זענען שוין געווען אינעווייניק איז אַ קעלנער צוגעקומען און געפֿרעגט מײַן קאַוואַליער, צי ער וויל ׳זײַן׳ טיש.
”וואָס מיינט ער, דײַן טיש?“
”אָט איז מײַן טיש,“ און ער ווײַזט אָן אַ טישל אין אַ טונקלן ווינקל. זייער ראָמאַנטיש, האָב איך געטראַכט, אָבער איך האָב זיך נישט געפֿילט ראָמאַנטיש. דער מאַן מיט די ווילדע האָר און די ווילדע אויגן איז מיר אין גאַנצן נישט געפֿעלן. כ׳האָב געוואָלט אַנטלויפֿן, נאָך איידער כ׳האָב זיך אַוועקגעזעצט. ווען איך האָב אָנגערירט דעם אָנלען פֿון אַ בענקל, האָט ער שאַרף געזאָגט: ”נישט דאָרט! דאָרט זיץ איך!“ און ער האָט מיר דערקלערט, אַז ער מוז זיצן מיט דער פּלייצע צו דער וואַנט, כּדי צו קענען אַלעמען זען.
כ׳האָב מורא געהאַט צו זאָגן אַ וואָרט, האָב איך געשוויגן. ווען ער איז געווען זיכער, אַז עס זײַנען נישטאָ קיין „שׂונאים“ אין רעסטאָראַן האָט ער מיך באַשאָטן מיט פֿראַגעס אַזוי ווי איך וואָלט געווען אַ געפֿאַנגענע. און קיין מעניו האָט מען נישט צוגעברענגט צום טיש, נאָר צוויי גלעזער וואַסער. ס׳איז געווען גענוג ווײַל כ׳האָב שוין געהאַט פֿאַרלוירן דעם אַפּעטיט. מײַן בליק האָט זיך שוין אויך גערוקט אַהין־אַהער ווײַל איך האָב געזוכט אַלע אַרויסגאַנגען.
ביז איך האָב זיך געכאַפּט, אַז ער פֿרעגט מיך שוין די זעלביקע פֿראַגע עטלעכע מאָל, אָבער איצט כּמעט אויף אַ קול: „וואָלסט געוואָלט וווינען מיט מיר אין בני־ברק?“
כ׳בין געווען שאָקירט. איך וויל אַנטלויפֿן און ער וויל מיט מיר וווינען אין בני־ברק.
עס איז בײַ מיר געוואָרן אַ ווירבל אין קאָפּ: דער טשודאַק, דער טונקעלער ווינקל, דאָס נישט עסן און יעצט מיט אַ מאָל — בני־ברק גאָר!
„צו פֿיל מענטשן אײַנגעפּאַקט אין איין אָרט. צו פֿיל ייִדן,“ האָב איך צו אים געשעפּשעט. האָט ער אָנגעהויבן צו שרײַען: „דו, דו ביסט אַן אַנטיסעמיט! דו ביסט אַן אַנטיסעמיט! איך וויל נישט וווינען מיט דיר.“ און ער האָט זיך אויפֿגעשטעלט, איז אַרויס און מיך געלאָזט זיצן אַליין.
עס האָט געדויערט אַ מינוט צוויי ביז איך האָב זיך אויך אויפֿגעשטעלט און, נישט קוקנדיק אויף קיינעם, בין אַרויס אויף דער גאַס. זיצנדיק אין טאַקסי האָב איך געטראַכט: אפֿשר האָב איך טאַקע געדאַרפֿט אַרויפֿקלעטערן אויף אַ לייטער און אַוועקטרײַבן אַ מאַמע פֿויגל פֿון איר נעסט? אפֿשר וואָלט דאָס געווען די ריכטיקע סגולה? און אפֿשר בין איך אין גאַנצן אַ נאַרעלע, און דער אייבערשטער וויל מיר זאָגן אויף זײַן אופֿן, אַז איך זאָל זיך נישט אַזוי יאָגן חתונה צו האָבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor