Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איצט אויף ענגליש: טאָגבוך פֿון אַ פֿרױ, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון װילנער געטאָNow in English: The Yiddish diary of a woman who escaped the Vilna Ghetto

רות לײמענזאָן־ענגעלשטערן באַשרײַבט ווי די פּויערטע וואָס האָט זי באַהאַלטן אין שײַער האָט זיך באַצויגן צו איר

צװײ חדשים איידער די רױטע אַרמײ האָט באַפֿרײַט װילנע פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָט רות לײמענזאָן־ענגעלשטערן (1910־1955) גענומען שרײַבן אַ טאָגבוך.

ביז יענעם טאָג האָט זי שױן געהאַט פֿאַרבראַכט 232 טעג אין אַ שײַער בײַ אַ פּױלישער פּױערטע. פֿריִער האָט זי זיך צװײ מאָל געראַטעװעט פֿון טױט אין װילנער געטאָ. אָט די אַלע דערפֿאַרונגען אירע האָט זי באַשלאָסן צו פֿאַרשרײַבן, ליגנדיק אַרומגעװיקלט מיט שטרױ בײַם דאַך פֿון אַ שײַער אין װילנער געגנט.

דאָס טאָגבוך איז געװען דער אײנציקער פֿאַרמעגן, װאָס איז בײַ איר פֿאַרבליבן נאָך דער באַפֿרײַונג. אין 1973, 17 יאָר נאָך איר טױט, איז עס פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אױף ייִדיש אונטערן טיטל „פֿאַרשריבן אין אַ שײַער. 15טער מײַ 1944 —19טער יולי 1944“, מיט אַ הקדמה פֿונעם ייִדישן שרײַבער ישׂראל רודניצקי.

איצט איז דער דאָזיקער מערקװירדיקער דאָקומענט אַרױס אױף ענגליש אין דער איבערזעצונג פֿון איר זון, דוד ענגעלס. די ענגלישע אױסגאַבע נעמט אַרײַן דרײַ הקדמות. דער היסטאָריקער בן־ציון קליבאַנסקי מאַכט אַן איבערזיכט פֿונעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון דער מחברטעס פּערזענלעכער דערפֿאַרונג. דוד ענגעלסעס הקדמה באַקענט דעם לײענער מיט זײַן משפּחה־געשיכטע, און די דריטע הקדמה איז אַן איבערזעצונג פֿון ישׂראל רודניצקיס אַרײַנפֿיר אין דער אָריגינעלער ייִדישער אױסגאַבע.

רות מיט איר זון דוד אינעם די־פּי־לאַגער סינעסיטאַ אין רוים, איטאַליע אין 1946 Courtesy of the Engle Family

אַזױ װי טױזנטער װילנער ייִדן איז רות לײמענזאָן געװען שאָקירט אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה, װען די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען װילנע אין משך פֿון צװײ טעג און גלײַך גענומען רודפֿן ייִדן. זי האָט געהאַט אַ קלאָרן שׂכל און אַ שאַרפֿע אינטויִציע. דאָס האָט איר געהאָלפֿן אױסמײַדן כּלערלײ פּאַסטקעס, װאָס די דײַטשן און זײערע מיטהעלפֿער האָבן געמאַכט פֿאַר ייִדן. אַזױ אַרום האָט רות געקענט צװײ מאָל אַנטלױפֿן פֿונעם געטאָ און געפֿינען אַ מקום־מקלט בײַ דער פֿרומער קריסטלעכער פּױערטע.

די געשיכטע פֿונעם װילנער געטאָ איז גרונדיק דערפֿאָרשט, און לײמענזאָנס טאָגבוך פֿאַרמאָגט ניט קײן סך נײַע פֿאַקטן. װאָס איז טאַקע זײער װערטפֿול זײַנען אירע פּערזענלעכע אײַנדרוקן און געפֿילן, װאָס זי פֿאַרשרײַבט פֿאַר זיך. זי איז געװען אַן אינטעליגענטע פֿרױ, װאָס האָט זיך געלערנט אין אַ פּױליש־ייִדישער גימנאַזיע און געאַרבעט אין אַ פֿאַרמאַצעװטישן געשעפֿט. לכאורה איז די פּױלישע שפּראַך געװען מער נאַטירלעך פֿאַר איר, בפֿרט אַז זי האָט געמוזט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פּאָליאַטשקע נאָך דעם, װי זי איז אַנטלאָפֿן פֿונעם געטאָ. צומאָל װאַרפֿט זי אַרײַן אַ װערטל אָדער אַ שורה פֿון פּושקינס אַ ליד אױף רוסיש, װאָס זי האָט מסתּמא אױך געקענט גאַנץ גוט. אָבער זי האָט באַשלאָסן צו פֿירן איר טאָגבוך אױף ייִדיש, דער שפּראַך פֿונעם געטאָ.

אין משך פֿון כּמעט צען חדשים האָט רות לײמענזאָן ניט געקענט פֿאַרלאָזן איר שמאָלן מקום־מקלט און האָט תּמיד מורא געהאַט, מען זאָל זי ניט אַנטדעקן און אַרױסגעבן צו די דײַטשן. דאָס פֿאַרשרײַבן אירע זכרונות און מחשבֿות האָט איר געשאַפֿן אַ סך פּײַן, אָבער אױך געהאָלפֿן אָפּצוהיטן דעם קלאָרן שׂכל. זי האָט זיך מודה געװען: „איך קען ניט שרײַבן, עס רײַסט מיר דאָס האַרץ. דער קאָפּ שפּאַלט זיך מיר. געװאַלד, װאָס איז דאָ פֿאָרגעקומען אין פֿאַרלױף פֿון די דרײַ יאָר! איך האָב דאָך דאָס אַלץ אַלײן דורכגעלעבט. איך אַלײן קען דאָס ניט באַנעמען. מיט אמתע בלוטיקע טרערן  שרײַב איך די װערטער. עטלעכע מאָל געדאַרפֿט איבעררײַסן, אָפּלײגן דאָס העפֿט און װידער זיך נעמען צום שרײַבן.“

 רות לײמענזאָנס טאָגבוך ברענגט דעם לײענער אַרײַן אין דער סאַמע מיט פֿון דעם געטאָס װאָכעדיקן גיהנום, װוּ מען האָט זיך יעדע רגע געפֿונען צװישן לעבן און טױט. אײנער פֿון די שװערסטע מאָמענטן אירע איז געװען דאָס צעשײדן זיך מיט איר מאַן צלאל, װעמען מען האָט אַװעקגעפֿירט און דערנאָך דערמאָרדעט: „איך בין געבליבן אַלײן. װי משוגע. איך האָב נאָר געשפּירט, אַז בײַ מיר איז אַלץ אײַנגעפֿאַלן און איך געפֿין זיך צװישן בראָכשטיקער. שרײַען, טענהן, װי די איבעריקע האָבן דאָס געטאָן, בין איך ניט אימשטאַנד.“ אָבער זי האָט קײן מאָל ניט פֿאַרלױרן מוט: „קענטיק, אַז דער שװאַכער מענטש איז אײנער פֿון די שטאַרקסטע באַשעפֿענישן.“

אונטער אָקופּאַציע האָט זי זעלטן געטראָפֿן דײַטשן. אינעם געטאָ האָט באַלעבאַטעװעט די ייִדישע פּאָליצײ, און פֿאַר די מערדערישע „אַקציעס“ האָבן די דײַטשן גענוצט ליטװישע, לעטישע, עסטישע אָדער אוקראַיִנישע מיטהעלפֿער. אָן זײער הילף װאָלט דער מאַסנמאָרד פֿון ייִדן געװען אַ שװערערע אױפֿגאַבע פֿאַר די דײַטשן. אײן מאָל אױפֿן װעג פֿונעם געטאָ, װען זי האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּאָליאַטשקע, האָבן צװײ דײַטשן אָפּגעשטעלט די דראָזשקע, אין װעלכער זי איז געפֿאָרן.

„איך בין געבליבן זיצן אַ געלײמטע. דער אָטעם האָט זיך מיר אָפּגעהאַלטן. איך בין געװען זיכער, אַז זײ גײען מיך אַרעסטירן. […] מײַן גליק, װאָס דאָס זײַנען [ניט] געװען קײן ליטװינער, זײ װאָלטן געװיס מיך דערקענט.“ און זי האָט ניט געקענט מוחל זײַן די ייִדישע געטאָ־פּאָליצײ פֿאַר זײער באַהאַנדלונג פֿון ייִדישע תּושבֿים אינעם געטאָ. „די דײַטשן האָבן זיך אין דער אָ אַרבעט פֿאַרלאָזן אױף דער ייִדישער פּאָליצײ, װעלכע פֿלעגט דאָס זײער מוסטערהאַפֿט אױספֿירן. אין דעם פֿאַל באַשולדיק איך זײ ניט. איך פֿאַרשטײ גאַנץ גוט, אַז מען האָט געמוזט זיך צופּאַסן צו די באַפֿעלן. אָבער בדרך־כּלל האָט די פּאָליצײ זיך געפֿירט עקלהאַפֿט. […] זײ פֿלעגן גאָר פֿאַרגעסן, אַז זײ זענען אױך ייִדן און געפֿינען זיך אױך בײַ די דײַטשן.“

רות איז געראַטעװעט געװאָרן מיט דער הילף פֿון באַקאַנטע קריסטן, װעמען זי האָט געקענט פֿון איר אַרבעט פֿאַר דער מלחמה. זײ האָבן אָפּגעהיט איר האָב און גוטס, און דאָס האָט איר דערמעגלעכט צו באַצאָלן דער פּױערטע, װעלכע האָט זי פֿאַרבאַהאַלטן. אָבער דאָ איז אױך ניט אַלץ געגאַנגען גלאַטיק. „מײַנע אַקציעס בײַ איר זענען קײן מאָל ניט קײן זיכערע. זײ האַלטן זיך אין אײן בײַטן. דאָס איז אָפּהענגיק פֿון איר שטימונג. אַ געװיסע צײַט איז זי געװען צו מיר ניט לאַסקאָװע [פֿרײַנדלעך]. אױסגעדריקט האָט זיך עס אין באַגרענעצן מיר דאָס עסן ביז אַ מינימום. די סיבה פֿון אַזאַ פּלוצלינגער ענדערונג איז מיר ניט באַװוּסט. צאָלן פֿלעג איך איר שטענדיק, סײַ מיט געלט, סײַ מיט זאַכן, װיפֿל זי פֿלעגט זאָגן, קײן מאָל זיך ניט געדונגען, און פֿאָרױס.“

„פֿאַרשריבן אין אַ שײַער“ איז אַ מערקװירדיקער אױטאָביאָגראַפֿישער דאָקומענט, אַ יוצא־דופֿן צװישן די היסטאָרישע מקורים פֿון דער חורבן־תּקופֿה. אָנגעשריבן דורך אַ פֿרױ, װאָס האָט דורכגעמאַכט שבֿעה מדורי גיהנום און געשילדערט איר דערפֿאַרונג מיט אַ שטאַרקן ליטעראַרישן טאַלאַנט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.