טשיקאַוועסן: אַ פֿילם וועגן ישיבֿה־אוניווערסיטעטס אויסנעמיקער קוישבאָל־מאַנשאַפֿט Tidbits: A film about Yeshiva University’s exceptional basketball team
די מאַנשאַפֿט האָט זיך דערשלאָגן צום העכסטן ראַנג פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאַרבאַנד פֿון קאָלעדזש־קוישבאָל

Courtesy of Yeshiva University
Tidbits is a bi-weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
צווישן די יאָרן 2019 און 2021 האָט די קוישבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט געוווּנען נישט ווייניקער ווי 50 מאַטשן — און דערבײַ זיך דערשלאָגן צום העכסטן ראַנג פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאַרבאַנד פֿון קאָלעדזש־קוישבאָל, דער NCAA.
איצט מאַכט מען אַ פֿילם וועגן דער מאַנשאַפֿט, פּראָדוצירט פֿון דער ייִדישער אַקטריסע מיים ביאַליק.
לויטן טעאַטער־זשורנאַל „דעדלײַן“ וועט דער פֿילם, וואָס הייסט „די מכּבייער“, פֿאָקוסירן אויפֿן טרענירער פֿון דער מאַנשאַפֿט, עליאָט שטײַממעץ — אַן אַדוואָקאַט וואָס אַרבעט מיט די שפּילערס זינט 2014. דערבײַ וועט מען זיך אויך באַקענען מיט די שפּילער און זען זייער איבערגעגעבנקייט צו זייער ייִדישער אידענטיטעט.
„דאָס איז געווען אַ קאָמפּליצירט יאָר,“ האָט ביאַליק געזאָגט. „טאַקע דערפֿאַר זענען מעשׂיות וואָס שילדערן די טאַלאַנטן און פֿעסטקייט פֿון אַזוינע ייִדן נאָך וויכטיקער ווי פֿריִער.“
דער שרײַבער פֿונעם פֿילם, מאַט ריטער, האָפֿט אַז „די מכּבייער“ וועט אָפּמעקן געוויסע נעגאַטיווע מיינונגען וועגן ייִדן בעת אַ צײַט פֿון שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם. „אויך איך בין באַזאָרגט וועגן דעם שטורעם פֿון אַנטיסעמיטיזם אויף דער וועלט,“ האָט ער געזאָגט. „איין זאַך וואָס האָט מיך תּמיד געשטערט זענען יענע נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן ייִדן. אָט די גרופּע אויסגעצייכנטע אַטלעטן האָבן אויפֿגעטאָן אַ וויכטיקע זאַך. זיי האָבן באַוויזן אַז ייִדן קענען זײַן וואָס נאָר זיי ווילן, אַפֿילו גרויסע אַטלעטן.“
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.
.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
