Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿײַנע דיאַלעקטישע חכמהלעך אין ייִדישן נוסח פֿון „הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות“ New Yiddish version of ‘Harry Potter and the Chamber of Secrets” has witty dialect cues

דער אויפֿגעבלאָזענער העלד גילדערוי לאָקהאַרט רעדט דײַטשמעריש, ווי די אַמאָליקע שרײַבער וואָס האָבן געוואָלט אויסזען „געלערנט“

במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן וועלן די אָנהענגער פֿון ייִדיש און פֿון „הערי פּאָטער‟ זיך קענען דערקוויקן מיטן צווייטן באַנד אין דער סעריע — „די קאַמער פֿון סודות‟, אין אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַטס גלענצנדיקער איבערזעצונג. אַזוי ווי ווישוואַנאַטס איבערזעצונג פֿון דעם ערשטן באַנד, „דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין‟, איז דאָס נײַע בוך אַ הויכפּונקט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור. ווישוואַנאַטס איבערזעצונגען זענען פֿילאָלאָגישע אוצרות, וואָס ברענגען צונויף פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן מיט לינגוויסטישע און קולטורעלע קנייטשן, כּדי צו באַלעבן אַ וועלט פֿון כּישוף־מאַכערס, דראַקאָנען, שפּראָכן און שרעטלעך.

צום באַדויערן האָט די פּובליקאַציע פֿונעם בוך אויף ייִדיש אַרויסגערופֿן געמישטע און אַפֿילו פּײַנלעכע געפֿילן בײַ טייל ייִדיש־לייענער. זינט עס איז אַרויס דער ערשטער באַנד „הערי פּאָטער‟ אויף מאַמע־לשון, האָט די מחברטע פֿון די ביכער, דזש. ק. ראָולינג, געשריבן אַזוי פֿיל בילבולים קעגן טראַנספֿרויען, אַז זי איז אפֿשר הײַנט מער באַקאַנט פֿאַר איר העצן קעגן טראַנסמענשטן ווי פֿאַרן האָבן אָנגעשריבן די פּאָפּולערסטע ביכער־סעריע אויף דער וועלט.

וועגן אָט דעם אָנגעווייטיקן אָבער וויכטיקן ענין האָבן אַנדערע שוין געשריבן. אַנשטאָט דעם וויל איך אין אָט דער רעצענזיע אַרויסהייבן עטלעכע לינגוויסטישע און קולטורעלע עלעמענטן פֿון ווישוואַנטס איבערזעצונג, וואָס קענען זײַן ספּעציעל אינטערעסאַנט דעם ייִדישן לייענער.

די וויכטיקסטע און שווערסטע עובֿדה פֿון אַ ליטעראַרישן איבערזעצער איז קודם־כּל, אַז דאָס לשון זאָל קלינגען נאַטירלעך. די „הערי פּאָטער‟־ביכער צייכענען זיך אויס מיט זייער אויסגעטראַכטן וואָקאַבולאַר און זייערע רײַכע ווערטערשפּילן. ווישוואַנאַט גיט אָפֿט איבער אַז די שווערסטע טייל פֿון זײַן אַרבעט איז דאָס פֿאַרזיכערן אַז דער ייִדישער סינטאַקס און אידיאָמאַטיק זאָלן קלינגען לײַטיש. און דאָס האָט ער מיט דעם בוך דערגרייכט אויף אַזוי ווײַט, אַז בײַם לייענען „די קאַמער פֿון סודות‟, פֿאַרגעסט מען צומאָל אַז מע האָט דאָס ביכל לכתּחילה געשריבן אויף ענגליש. אַפֿילו אַז מע לייענט אַז מע בראָט חזיר־פֿלייש אָדער פֿליט אויף אַ בעזעם, איז דאָס לשון אַזוי אידיאָמאַטיש, אַז מע קען מיינען אַז אַן אָנגעזעענער שרײַבער פֿון דער אַלטער היים האָט עס אָנגעשריבן.

לאָמיך אײַך געבן איין בײַשפּיל דערפֿון: דאָרט וווּ עס שטייט אינעם אָריגינאַל — ‘Uncle Vernon was as bad as his word, וואָלט אַ ווייניק־פֿעיִקער איבערזעצער פֿאָרמולירט דעם ייִדישן נוסח בוכשטעבלעך: „דער פֿעטער ווערנאָן האָט זיך אויפֿגעפֿירט פּונקט אַזוי שלעכט ווי דאָס, וואָס ער האָט געהאַט צוגעזאָגט‟ אָדער עפּעס ענלעכס. ווישוואַנאַט האָט אָבער געשאַפֿן אַ מער ייִדישלעכן נוסח דערפֿון: „דער פֿעטער ווערנאָן האָט נישט געסטראַשעט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן‟. און אַז דער זעלביקער בייזער פֿעטער ווערנאָן האָט געשאָלטן העריס סאָווע העדוויג מיט די ווערטער that ruddy owl, זעצט ווישוואַנאַט ניט איבער וואָרט בײַ וואָרט (ווי למשל „יענע פּאַסקודנע סאָווע‟), נאָר שאַפֿט אַ ייִדישע קללה וואָס מע וואָלט געקענט הערן בײַ ייִדן פֿון וואַרשע צי לאָדזש: „אַ וויסטע פּגירה אויף יענער סאָווע.‟

די מאָמענטן ווען מע כאַפּט זיך, אַז מע לייענט טאַקע אַן איבערזעצונג זענען די אין וועלכע ווישוואַנאַט שפּילט זיך מיט דער שפּראַך. קיין חסרון איז דאָס ניט. פֿאַרקערט — אַז די איבערזעצונג וואָלט גאָר ניט נײַעס ניט צוגעגעבן צום טעקסט, וואָלט זי בכלל ניט געווען כּדאַי צו לייענען. אין געוויסע פֿאַלן אַזעלכע פֿאַררופֿט זיך ווישוואַנאַטס איבערזעצונג אויף דער ייִדישער קולטור, און אַפֿילו אויף דער ייִדישיסטישער געזעלשאַפֿט.

למשל, אַז העריס קרובֿים האָבן, נעבעך, פֿאַרגעסן אין זײַן געבוירן־טאָג און הערי זינגט צו זיך סאַרקאַסטיש אַליין אַ געבוירן־טאָג ליד, זינגט ער אינעם ענגלישן אָריגינאַל Happy birthday to me, Happy birthday to me. אין ווישוואַנאַטס איבערזעצונג זינגט ער אָבער אַ סטראָפֿע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס באַקאַנט ליד: „צו מײַן געבוירן־טאָג, צו מײַן יום־טובֿ הײַנט‟.

אַז הערי וויל אָנשרעקן זײַנע קרובֿים אַז ער וועט אָט-אָט זיי פֿאַרשעלטן מיט אַ כּישוף־שפּראָך, ברומט ער אונטער אַ ריי זינלאָזע ווערטער: Jiggery pokery! Hocus pocussquiggly wiggly. אין דער ייִדישער איבערזעצונג לייענט מען: „ציגעלע־מיגעלע, האָקוס־פּאָקוס, ענגע־בענגע.‟

די וואָס קענען די אַמאָליקע ייִדישע קינדערשפּילן ווייסן אַז אַ סך קינדער־גראַמען הייבן זיך אָן מיט „ציגעלע־מיגעלע‟ און אַז „ענגע־בענגע‟ איז דער אָנהייב פֿונעם ציילעניש אויף ענגליש Eeny, meeny, miny, moe. נאָך וויכטיקער איז אַז „ענגע־בענגע‟ איז דאָ אַ מין פּריוואַטער וויץ. „ענגע־בענגע‟ איז געווען דער נאָמען פֿון דער ייִדישיסטישער קינדער־גרופּע, אין וועלכער ווישנוואַנאַטס מאַמע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, האָט קינדווײַז אָנטייל גענומען. (שעכטער־ווישוואַנאַט, בײַנאַנד מיט יאַנקל פּרץ־בלום, האָבן רעדאַקטירט דעם טעקסט פֿונעם בוך און געגעבן סטיליסטישע עצות דערויף).

אַן אַנדער אופֿן ווי אַזוי ווישוואַנאַט שפּילט זיך מיטן לשון איז דאָס וואָס געוויסע העלדן ווערן כאַראַקטעריזירט דורך זייער באַנוץ פֿון ייִדישע דיאַלעקטן. אַזוי ווי אינעם פֿריִערדיקן באַנד, רעדן אַ פּאָר פֿון די עמאָציאָנעל קאַלטע העלדן ווי ליטוואַקעס בשעת איין העלד מיט אַ וואַרעמער פּערזענלעכקייט רעדט ווי אַ גאַליציאַנער. אין דער „קאַמער פֿון סודות‟ וועבט ווישוואַנאַט אַרײַן נאָך אַן אופֿן פֿון רעדן ייִדיש: דײַטשמעריש. גילדערוי לאָקהאַרט, אַ באַרימטער מחבר פֿון אויטאָביאָגראַפֿישע ביכער וואָס ווערט, צו העריס גרויסן באַדויער, איינער פֿון זײַנע לערער, צייכנט זיך אויס מיט זײַן אומגעהײַער אויפֿגעבלאָזנקייט. כּדי ער זאָל קלינגען מער פּרעטענציעז, האָט ווישוואַנאַט באַשלאָסן אַז לאָקהאַרט זאָל אַרײַנמישן פּסעוודאָ־דײַטשע ווערטער.

אַן אַנדער מין אַלטמאָדיש ייִדיש וואָס באַווײַזט זיך אינעם בוך איז זייער אַ געלונגענע נאָכמאַכונג פֿונעם לשון און אָרטאָגראַפֿיע פֿון די אַמאָליקע צאינה וראינהס. אין הערי פּאָטער טרעפֿט זיך ניט זעלטן, אַז די העלדן בלעטערן דורך אַלטע ביכער, וואָס טיילן דערפֿון ווערן ציטירט אויף אַ כּמו־פֿאַרצײַטישן ענגליש פֿון די פֿריִערדיקע 1500ער יאָרן. צוליב דעם וואָס אַ ייִדישער טעקסט פֿון 1510 וואָלט געווען דעם הײַנטיקן ייִדישן לייענער אומפֿאַרשטענדלעך, האָט ווישוואַנאַט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ מין צאינה־וראינה־לשון פֿאַר זײַן איבערזעצונג פֿון יענע אַלטע כּישוף־ספֿרים. אָט איז אַ בײַשפּיל דערפֿון:

(מיטן „צאינה־וראיניזירן‟ דעם טעקסט האָט ווישוואַנאַטן געהאָלפֿן ד׳׳ר שמעון נויבערג פֿון טריִער אוניווערסיטעט.)

אַ דאַנק אַזוינע שעפֿערישע שפּראַך־המצאות וועט ווישוואַנאַטס איבערזעצונג זיכער פֿאַרווײַלן סײַ ייִדיש־סטודענטן, סײַ די פֿליסיקסטע ייִדיש־קענער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.