טשיקאַוועסן: דיל פֿון צעשטערטער גרויסער ווילנער שול, אַנטדעקט Tidbits: Floor of destroyed Great Synagogue of Vilna is discovered
זינט 2015 האָט מען שוין אַנטדעקט די בימה, אַ ספֿר־תּורה און אַ טייל פֿון דער ווײַבערשיל.

אַן אַרכעאָלאָג שטייט אויפֿן אַנטדעקטן דיל פֿון דער גרויסער ווילנער שול Photo by Israel Antiquities
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
אַרכעאָלאָגן האָבן לעצטנס אויפֿגעדעקט דעם דיל און אַ וואַנט פֿון דער גרויסער ווילנער שול, וואָס די דײַטשן האָבן צעשטערט און די סאָוועטן האָבן שפּעטער ראַזירט.
דער דיל איז באַפּוצט מיט בילדער פֿון רויטע, שוואַרצע און ווײַסע בלומען און די וואַנט איז העל באַפֿאַרבט אין רויט און בלוי. די אַרכעאָלאָגן האָבן אויך אַנטפּלעקט אַ טייל פֿון דער ווײַבערשיל, אַ וואַסער־רעזערוווּאַר פֿאַר אַ מיקווה און אַ זײַל אויפֿן אָרט וווּ ס׳איז אַ מאָל געשטאַנען די בימה.
די אויסגראָבונגען פֿון דער סינאַגאָגע און דעם הויף אַרום איר האָבן זיך אָנגעהויבן אין 2015, נאָך דעם ווי מע האָט דורכגעפֿירט אַ ראַדאַר־אַנאַליז פֿונעם שטח. זינט דעמאָלט האָט מען געפֿונען די בימה, דעם אָרון־קודש, אַ ספֿר־תּורה און אַן אויפֿשריפֿט אויף לשון־קודש.
די גרויסע ווילנער שול איז געבויט געוואָרן אינעם 17טן יאָרהונדערט. פֿאַרן חורבן איז זי געווען אַרומגערינגלט פֿון 12 שילן, כּשרע יאַטקעס, אַ באָד און דער באַרימטער סטראַשון־ביבליאָטעק — איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס אין מיזרח־אייראָפּע איידער זי איז צעשטערט געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
