Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די טײַטשן פֿונעם וואָרט „חורבן“ איידער ס'האָט געמיינט דער נאַצי־גענאָצידThe meanings of the Yiddish word ‘khurbn’ before it meant the Nazi genocide

יעקבֿ לעשצינסקיס וויכטיק בוך „ערבֿ-חורבן פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן“ (1951) קען מען איצט לייענען אויף העברעיִש.

צוויי יאָר פֿאַרן חורבן
האָט מען נישט גערופֿן דעם חורבן „חורבן“.
צוויי יאָר פֿאַרן „שואה“
האָט עס נישט געהאַט קיין נאָמען.

(„ווערטער“, פֿון מאיר וויזעלטיר)

די שורות פֿון אָט דעם העברעיִשן ליד האָבן זיך מיר באַוויזן פֿאַר די אויגן בשעת איך האָב לעצטנס געלייענט די נײַע העברעיִשע איבערזעצונג פֿון יעקבֿ לעשצינסקיס בוך „ערבֿ-חורבן: פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן, 1937-1935“. דאָס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון דוד רויזנבליט. אינגאָ לאָזע האָט עס רעדאַקטירט.

„ערבֿ-חורבן“ איז אַן אויסקלײַב אַרטיקלען וואָס יעקבֿ לעשצינסקי האָט פּובליקירט אין פֿאַרשיידענע צײַטונגען, דער עיקר — אין פֿאָרווערטס. די אַרטיקלען שילדערן און אַנאַליזירן די שווערע לאַגע פֿון די ייִדן אין פּוילן אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1930ער יאָרן. „ס׳איז מײַן טיפֿסטע איבערצײַגונג,“ שרײַבט דער מחבר אינעם אַרײַנפֿיר, „אַז מען קען נישט פֿאַרשטײן די װאָרצלען פון דער גרױסער קאַטאַסטראָפֿע אָן אַ גרינטלעכער פֿאָרשונג פֿון דער ערבֿ-קאַטאַסטראָפֿע“. 

„ערבֿ-חורבן“, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1951, איז אַ וויכטיקער היסטאָרישער דאָקומענט. שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע, צי דער טיטל „ערבֿ-חורבן“ (און אייגנטלעך זײַן תּוך) איז נישט קיין אַנאַכראָניזם. צי באַנוצנט נישט דער מחבר אַ טערמין וואָס איז דעמאָלט — אין די דרײַסיקער יאָרן — נאָך נישט געווען גילטיק?

לעשצינסקי (1966-1874) איז געווען אַ סאָציאָלאָג, וואָס האָט געפֿאָרשט די לאַגע פֿון ייִדן אין די לעצטע דורות, און בפֿרט אין פּוילן. ער איז געווען איינער פֿון די צענטראַלע דענקערס אין ייִדישלאַנד, און פֿון די בולטסטע קולות וואָס האָבן קלאָר געוואָרנט וועגן דעם קומענדיקן חורבן. זײַנע ביכער האָבן שוין דעמאָלט געטראָגן נעמען ווי „דער ייִדישער עקאָנאָמישער חורבן“ (1934) און „די עקאָנאָמישע קאַטאַסטראָפֿע פֿון ייִדן אין דײַטשלאָנד און פּוילן“ (1936). אין אַן אַרטיקל, דערשינען אין די „ליטעראַרישע בלעטער“ שוין אין יאַנואַר 1934, האָט ער געשריבן וועגן דער דײַטשישער סכּנה: „יאָ, איך האָב זיך טאַקע שטאַרק איבערגעשראָקן… די ייִדישע פּאָליטיק פֿון היטלער איז גאָר פֿון אַן אַנדער כאַראַקטער… און וועט האָבן גאָר אַנדערע אויסווירקונגען אין דער וועלט.“

דערפֿאַר קאָן מען זאָגן אַז לעשצינסקי האָט טאַקע בכּיוון געניצט דאָס וואָרט חורבן נאָך איידער מען האָט אַזוי גערופֿן אויף ייִדיש די פֿאַרניכטונג פֿון ייִדן אין 1945-1939. הייסט עס, אַז קיין אַנאַכראָניזם איז עס נישט, און ער האָט כּשר פֿאַרדינט דעם זכות אויסצוקלײַבן אַ טיטל ווי „ערבֿ-חורבן“. פֿונדעסטוועגן, אין 1937, ווי מאיר וויזעלטיר האָט געשריבן אין זײַן ליד, איז דער „חורבן“ טאַקע נישט געווען דער זעלבער חורבן ווי נאָך 1945. 

אין האַרקאַוויס ווערטערבוך, וואָס איז אַרויס אין 1929, איז די דעפֿיניציע פֿון „חורבן“ — disaster. יצחק ניבאָרסקי, אין זײַן „ווערטערבוך פֿון לשון-קודש-שטאַמיקע ווערטער“ (2012), האָט צוגעגעבן, פֿאַרשטייט זיך, די שפּעטערדיקע דעפֿיניציע: „די אויסראַטונג פֿון ייִדן אין אייראָפּע דורך די נאַציס“. 

ווײַזט זיך אויס, אַז פֿאַר 1939 האָט מען „חורבן“ גערופֿן אַ סך מינים צעשטערונגען און קאַטאַסטראָפֿעס. אַז מע קוקט אַרײַן אין די אַלטע צײַטשריפֿטן בײַם אַרכיוו פֿון ייִדישע צײַטונגען זעט מען טאַקע פֿאַרשיידענע באַטײַטן. אין די ערשטע ייִדישע צײַטונגען באַנוצט מען דאָס וואָרט „חורבן“ אינעם טראַדיציאָנעלן זינען, דער עיקר לגבי דעם חורבן בית המקדש אָדער חורבן ירושלים. דאָ און דאָרטן באַצייכנט „חורבן“ אויך סתּם אַ צעשטערונג, אַזוי ווי דאָס קעפּל „דער חורבן: אַ שול אָן אַ דאַך, אָן פֿענצטער, צעבראָכענע ווענט“ אין אַן אַרטיקל אין „קול מבשר“ אין 1869. אין די אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען שילדערט „חורבן“ בדרך־כּלל אַן ערד-ציטערניש, און אַ מאָל אויך אַן עקאָנאָמישן באַגריף: „אַ חורבן איבערן חורבן“ (“דיא ארבייטער צייטונג”, 1894).

פֿון דער אַנדערער זײַט האָט מען אין מזרח־אייראָפּע שוין אין יאָר 1900 גענוצט דאָס וואָרט „חורבן“ לגבי  פּאָגראָמען, ווי מע זעט אין דעם קעפּל „חורבן אין שטעטל“, אין דער צײַטונג „דער יוד“ אין 1900. נאָכן טרויעריק באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם שרײַבט מען אין 1903 אין „דער פֿרײַנד“: „עס איז אוממעגלעך צו באַשרײַבן דעם שרעקליכען חורבן.“ נאָך די 1905ער פּאָגראָמען איז „חורבן“ געווענדט צום גאַנצן טראַדיציאָנעלן לעבן: „גרעסער פֿון אומעטום איז געווען דער חורבן אויף דעם אַלטן מאַרק און אַלע גאַסן אַרום“ („דער פֿרײַנד“, 1905). אַזוי אַרום רופֿט ש. אַנ-סקי זײַן בוך: „דער ייִדישער חורבן פֿון פּוילן, גאַליציע און בוקאָווינע, 1917-1914“.

אין די פּוילישע ייִדישע צײַטונגען צווישן ביידע וועלט-מלחמות, און דער עיקר אין די דרײַסיקער יאָרן, ווערט דאָס וואָרט „חורבן“ נאָך מער פֿאַרשפּרייט. מע באַנוצט עס אויך ווי אַ מעטאַפֿאָר, וויי למשל, „דעם קולטורעלן/רעליגיעזן/עקאָנאָמישן חורבן“. אויך לעשצינסקי באַנוצט עס, ווי מיר האָבן שוין פֿריִער געזען — אָבער דאָס הייסט נאָך נישט אַז ער האָט באַשײַמפּערלעך געזען וואָס וועט פּאַסירן נאָך דער דײַטשישער אָקופּאַציע. ער איז דאָך געווען אַ סאָציאָלאָג, נישט קיין נבֿיא. לעשצינסקי שילדערט אַ דויערנדיקן טאָגטעגלעכן חורבן: „פֿאַר די לעצטע צװײ און אַ האַלב יאָר — שרײַבט ער — איז נישט געװען קײן אײן טאָג, ממש טאַקע קײן אײן טאָג, אַז ס׳זאָלן אין װאַרשע אָדער אין לאָדזש נישט זײַן קײן פֿאַרװוּנדעטע ייִדן.“ 

לעשצינסקי דערציילט וועגן די טרויעריק באַרימטע פּאָגראָמען — ווי אין פּשיטיק, מינסק-מאַזאָוויעצק אאַז״וו — אָבער נאָך מער, וועגן די „קליינע“ אומצאָליקע אָנפֿאַלן אויף ייִדן, וואָס האָבן געשאַפֿן אַ „פּאָגראָם-שטימונג בײַ דער ייִדישער באַפֿעלקערונג“. „די פּאָגראָם-שרעק האָט אַרומגעכאַפּט אױך די ייִדן פֿון רומעניע, פֿון לעטלאַנד און פֿון ליטע.“ פֿונדעסטוועגן, „אין פּױלן װערט דער אַנטיסעמיטיזם נישט אָרגאַניזירט און אָנגעװאָרפן פֿון אױבן, נאָר שפּאַרט פֿון אונטן אַרױף; אין פּױלן טראָגט דער אַנטיסעמיטיזם אַ כאַראַקטער פֿון אַ מאַסן-באַװעגונג.“

דער סך הכּל איז אַז ייִדן פֿילן אַן אַלגעמיינע אומזיכערקייט. „אומזיכערקײט! איז דען דאָ אַן ערגערע קללה אױף דער װעלט? װײסט דען נאָך אַ פֿאָלק אין דער װעלט דעם טעם פֿון פּאָגראָם-שרעק, פֿון שטענדיק אַרומקוקן זיך, צי באַקומסטו נישט אין אַ זײַט אָדער מיט אַ פֿלאַש איבערן קאָפּ?“

תּחילת האָב איך געשריבן אַז כ’וועל פּרוווּן ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: פֿאַר וואָס דווקא איצט איז די איבערזעצונג פֿון „ערבֿ-חורבן“ אַרויס אין עבֿרית? קיין שום באַשטימטער ענטפֿער האָב איך נישט — אויך דער איבערזעצער, דוד רויזנבליט, שרײַבט נישט וועגן דעם אין זײַן הקדמה — אָבער אַ השערה האָב איך דווקא יאָ. 

עס איז קלאָר אַז די העברעיִשע אויסגאַבע פֿון בוך איז אַרויס אין אַ באַטײַטפֿולן מאָמענט. במשך פֿון די לעצטע נײַן חדשים, זינט דעם 7טן אָקטאָבער, לעבן מיר, ישׂראלים, אין אַ באוווּסטזײַן פון „ערבֿ-חורבן“; מיר אַלע פֿילן דעם טעם פֿון דער „אומזיכערקייט“ וואָס איז געווען גוט באַקאַנט די פּוילישע ייִדן, און וואָס לעשצינסקי האָט אַזוי אויספֿירלעך געשילדערט אין די אַרטיקלען פֿון „ערבֿ-חורבן“. פֿאַרשטייט זיך, אונדזער מצבֿ איז גאָר אַנדערש: מיר האָבן אַ מדינה און אַן ארמיי, וואָס די דעמאָלטדיקע פּוילישע ייִדן האָבן נעבעך נישט געהאַט; אָבער זיכערקייט פֿעלט אונדז אויך. און אַ חידוש: מיר קעמפֿן שוין מער ווי נײַן מאָנאַטן, און בלײַבן נאָך אַלץ מיט אַ געפֿיל פֿון אומזיכערקייט. איצט, נאָך די אַטענטאַטן פֿון די פֿירערס פֿון כאַמאַס און כיזבאַללאַ, איז אונדזער אומזיכערקייט נאָך גרעסער געוואָרן.

אפֿשר איז עס אַ פּאַראַדאָקס: אויף וויפֿל מיר ישׂראלים ווילן זײַן שטאַרקע און שטאָלצע , אַזוי בלײַבן מיר אייגנטלעך גלותדיקע ייִדן. צום באַדויערן, זײַנען די קללות פֿון דער תּוכחה אין תנ״ך ווידער אָקטועל. ווי עס שטייט אין דבֿרים כ״ה, לויט יהואשעס איבערזעצונג: „דײַן לעבן וועט דיר הענגען אַנטקעגן, און וועסט אַנגסטן טאָג און נאַכט, און ניט זײַן זיכער מיט דײַן לעבן.“ 

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.