Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ געניאַלע אויפֿפֿירונג פֿון מיעטשיסלאַװ װײַנבערגס אָפּערע, „דער אידיאָט“ A brilliant production of Mieczysław Weinberg’s opera ‘The Idiot’

דאָס ווערק פֿונעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר איז באַזירט אויף פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקיס ראָמאַן מיטן זעלבן נאָמען.

אין דער מאָצאַרט־שטאָט זאַלצבורג, עסטרײַך, האָט זיך דאָ ניט לאַנג געענדיקט אײנער פֿון די װיכטיקסטע פֿעסטיװאַלן פֿאַר קלאַסישער מוזיק — די זאַלצבורגער פֿעסטשפּילן. דער הײַיאָריקער הױכפּונקט איז געװען די אָפּערע „דער אידיאָט“ (1986) פֿון מיעטשיסלאַװ (משה) װײַנבערג, אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר אַ געבױרענער אין װאַרשע אין 1919, װאָס האָט פֿון 1941 אָן געלעבט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און געשטאָרבן אין מאָסקװע אין 1996.

די רוסישע אָפּערע איז באַזירט אױף פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקיס ראָמאַן פֿון 1868 מיטן זעלבן נאָמען. „נאַסטאַסיאַ, 25 יאָר. זי פֿאַרלאָזט אים. ער דערהרגעט זי.“ — אַזאַ איז, אין קורצן, דער סיפּור־המעשׂה.

מיט אָט דעם סך־הכּל האָט זיך טאַקע אָנגעהױבן די זאַלצבורגער אויפֿפֿירונג פֿון „דער אידיאָט“. דערצו האָט מען געװיזן אַ װידעאָ — דעם סאַמע לעצטן טאַבלאָ פֿון דער אָפּערע: די דערהרגעטע נאַסטאַסיאַ (אַושרינע סטונדיטע) ליגט אױף אַ געלעגער, אָנגעטאָן אין אַ װײַסן חופּה־קלײד. אױף איר רעכטער זײַט — דער „אידיאָט“, דער פֿירשט לעװ מישקין (באָגדאַן װאָלקאָװ) אין אַ װײַסן חתונה־אָנצוג און מיט אַ װײַסער בלום אין דער בוזעם־קעשענע. אױף איר לינקער זײַט — איר מערדער, פּאַרפֿיאָן ראַגאָזשין (װלאַדיסלאַװ סולימסקי) אין אַ שװאַרצן אָנצוג, מיט אַ שװאַרצער בלום.

אָט זעט זיך שױן די מײַסטערישע אַרבעט מיט װיזועלע סימבאָלן פֿון קשישטאָף װאַרליקאָװסקי (רעזשי) און מאַלגאָזשאַטאַ שטשענשניאַק (בינע און קאָסטיומען). דער ליכטיקער חתן מישקין און דער פֿינצטערער רוצח ראַגאָזשין שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מין „ייִנג און יאַנג“: אױף דער רעכטער זײַט דער גוטער מלאך, אױף דער לינקער — דער בײזער. יצר־טובֿ און יצר־הרע. די סימבאָלן פֿון חתונה און פֿון טױט מיט אַבֿילות קומען זיך צונױף.

די מעשׂה שפּילט זיך אָפּ אין דער נעפּלדיקער שטאָט פּעטערבורג. די שאָטנדיקע סצענאָגראַפֿיע, אין אײנעם מיט װײַנבערגס פֿאַנטאַסטישע קלאַנגען, האָט געשאַפֿן אַן אײַנדרוק גלײַך מע לעבט איבער אַ שװערן קאָשמאַר.

פֿירשט מישקין האָט ליב נאַסטאַסיאַ׳ן מיט הײסן מיטלײַד, ער האָט געװאָלט זי ראַטעװען. ראַגאָזשין װידער האָט באַגערט נאַסטאַסיאַ׳ן מיט אַ װילדער תּאװה און זי געװאָלט פֿאַר זיך. דעם פֿירשטס ליבע איז אַ הימלישע, ראַגאָזשינס — אַן עולם־הזהדיקע. פֿאַר נאַסטאַסיאַ׳ן װידער שטעלט ראַגאָזשין מיט זיך פֿאָר אַ סימבאָל פֿון חטא, און פֿירשט מישקין — פֿון דערלײזונג. צו בײדע באַציט זי זיך צװײטײַטשיק. װי אין קירקעגאָרס „השׂגה פֿון פּחד“: סײַ דעם חטא, סײַ די גאולה האָט זי ליב — און שרעקט זיך פֿאַר זײ.

אין דער אָפּערע איז דאָ נאָך אַ צװײטער ליבע־דרײַעק, אָבער ניט די ליבע־געשיכטעס זײַנען דער עיקר. די הױפּט־פּראָבלעם פֿון דער טראַגעדיע איז די סתּירה צװישן דער קריסטלעכער, אומבאַגרענעצטער ליבע לױט מישקינס שטײגער און אַ מין עקסקלוסיװער, עגאָיִסטישער ליבשאַפֿט.

דער עולם האַלט מישקין פֿאַר אַ תּם, אַן „אידיאָט“, צוליב דעם װאָס ער איז אַזױ צוגעלאָזט און אַפֿילו עפּעס לײַכטגלײביק. זײַן תּמימותדיקע פֿירונג רופֿט אָפֿט מאָל אַרױס אַ געלעכטער, טײל מאָל אַזש כּעס און שׂינאה. אַחוץ דעם רופֿט מען דעם פֿירשט „אידיאָט“ צוליב דעם װאָס ער איז אַן עפּילעפּטיקער. מיט 150 יאָר צוריק האָט מען דאָס געהאַלטן פֿאַר אַ סימן פֿון גײַסטיקער קראַנקהײט.

דער לירישער טענאָר װאָלקאָװ האָט מיט גרױס קונסט אַרױסגעבראַכט דעם כאַראַקטער פֿונעם קרענקלעך־בלאַסן, עמאָציאָנעלן, נאָר זענפֿטיקן פֿירשט מישקין. אַז מע ציט אונטער אַ סך־הכּל, זײַנען אַלע הױפּטהעלדן געװען גלענצנדיק באַזעצט — און אַפֿילו די קלענערע ראָלעס אױך. פֿאַר יעדערן זינגער־אַקטיאָר איז זײַן ראָלע געװען װי אָנגעמאָסטן, און דער אַנסאַמבל האָט געשפּילט צוזאַמען אַז ס׳איז געװען מחיה־נפֿשות צו קוקן דערױף.

על־פּי רובֿ האָבן די זינגערס גוט באַנומען דעם דאָסטאָיעװסקישן טעם. ס׳איז אױך געװען אַ מעלה װאָס אַ סך פֿון זײ האָבן גערעדט רוסיש װי זײער מוטערשפּראַך, אָדער כאָטש גוט גענוג.

אַ באַזונדערן אײַנדרוק האָט געמאַכט דער באַריטאָן יורי סאַמױלאָװ װאָס האָט געזונגען די ראָלע פֿונעם רכילותניק און אינטריגאַנט לעבעדעװ — אין דער אָפּערע אַ מין נאַראַטאָר און קאָמענטאַטאָר װאָס טריט אױך אױף צװישן די סצענעס, טײל מאָל װי אַ קונצנמאַכער — אַ קלוגער און קאָמישער צוגאָב פֿונעם רעזשיסאָר.

די יונגע ליטװינערין מירגאַ גראַזשיניטע־טילאַ האָט דיריגירט די װינער פֿילהאַרמאָניקערס און באַװיזן אײַנצוהאַלטן אַן עלעגאַנטן גלײַכװאָג צװישן די דראַמאַטישע אױפֿברױזן און די פֿײַנערע שאַטירונגען פֿון װײַנבערגס מוזיק. גראַזשיניטע־טילאַ האָט שױן אױפֿגעפֿירט און רעקאָרדירט עטלעכע פֿון װײַנבערגס סימפֿאָנישע װערק, אױך צוזאַמען מיטן פֿידלער גדעון קרעמער — אַ פּיאָנער פֿונעם װײַנבערג־רענעסאַנס װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַן ערך 15 יאָר צוריק. ניט געקוקט אױף איר יונגן עלטער, קען מען אױך גראַזשיניטע־טילאַ שױן פֿאַררעכענען צװישן די געניטע אינטערפּרעטן פֿון װײַנבערגס שאַפֿונגען. אַ דאַנק דער דיריגענטינס שפּירעװדיקער אינטערפּרעטאַציע האָט זיך באַקומען אַ טיף רירנדיקע אָפּערע, רירנדיק ביז טרערן.

מיעטעק װײַנבערג, דאָס קינד פֿון ייִדישע טעאַטער־מענטשן, אַלײן אונטערגעװאַקסן אין װאַרשעװער ייִדישן טעאַטער, שפּעטער דמיטרי שאָסטאַקאָװיטשעס גוטער־פֿרײַנד, איז געװען אַ מבֿין אױף אױסצוקאָמפּאָנירן מעלאָדיעס און איבערגעבן די צאַרטסטע געפֿיל־ניואַנסן מיט די מיטלען פֿון אַ ריזיקן אָרקעסטער, נוסח ריכאַרד שטראַוס. זײַן מוזיק איז ניט דװקא עקספּערימענטאַל־אַװאַנגאַרדיסטיש. אַדרבא, מע קען זי גיכער אָנרופֿן „נעאָ־קלאַסיציסטיש“. ער ציטירט אַ סך. טײל מאָל באַניצט ער זיך אױך מיט עלעמענטן פֿון פֿאָלקסמוזיק, פּאָפּולערער מוזיק אָדער דזשעז.

ראַגאָזשינס רוסישקײט, למשל, װײַזט זיך אַרױס מוזיקאַליש. בײַם אָנהײב טרעט ער אױף װי אַ צעװילדעװעטער שיכּור — מיט אַ טומלדיקן קאַראַהאָד װאָס דערמאָנט אין איגאָר סטראַװינסקיס „פֿרילינגס־קרבן“. בײַם סוף פֿון דער אָפּערע איז ער געװאָרן רויִקער, פֿאַרקלערטער, און זינגט אױס אַ פֿאַלקסטימלעך קלאָגליד.

דאָס ליד „אַך, דאָליע מײַנע, ביטערער גורל מײַנער“, אַ צוגאָב פֿונעם ליברעטיסט, אַלעקסאַנדר מעדװעדעװ, איז פֿון דעם סאָרט רוסישע יאָמערלידער װאָס מע זינגט אָדער בײַ אַ חתונה, אָדער בײַ אַ לוויה. אין טײל נוסחאות איז דאָס אַ באַלאַדע װעגן „אַ קראַסאַװיצע און אַ גזלן“. אין דער אָפּערע איז טאַקע דאָ אי אַ (דורכגעפֿאַלענע) חתונה — צװישן נאַסטאַסיאַ און מישקין — אי דער קראַסאַװיצעס טױט, נאַסטאַסיאַס אומקום.

אױך די בינע און קאָסטיומען גיבן אָנוצהערן אַז ראַגאָזשין איז דער סאַמע רוסישער פּערסאָנאַזש. ער טראָגט אַ שװאַרץ העמד, אױסגעהאָפֿטן מיט פֿאָלקסטימלעכע מאָטיװן, און אין זײַן צימערל הענגען איקאָנעס און אַ װאַנט־טעפּעך מיט צװײ אױסגעװעבטע פֿײַערפֿײגל.

בעת דער רוס ראַגאָזשין קען, װי אַ סטיכיע, פֿאַרשׂרפֿען און פֿאַרטיליקן אַ װעלט, װײַזט מישקין זיך אַרױס פֿאַר אַ כּמו־קריסטוס און דערצו אַ שטיקל ראָמאַנטיקער־אידעאַליסט לױטן מערבֿדיקן שטײגער. זײַן באַציִונג צו רוסלאַנד איז אַ צװײטײַטשיקע. דאָס דרינגען מיר שױן פֿון דער ערשטער סצענע, פֿונעם דיאַלאָג צװישן מישקין און ראַגאָזשין: „ס׳איז קאַלט?“ — „יאָ, קאַלט!“ מיט פּונקט די זעלבע װערטער פֿאַרענדיקט זיך די אָפּערע. די רוסישע סבֿיבֿה איז אַ סכּנהדיקע פֿאַרן „אידיאָט“.

מישקינס ראָמאַנטישער אידעאַליזם דריקט זיך אױס אין בילדערישע ציטאַטן. בשעת ער דערצײלט װעגן די יאָרן אין דער שװײץ, זעט מען אים אין אַ װידעאָ־פּראָיעקטירונג — פֿון קאַמיל פּאָלאַק — װי קאַספּאַר דאַװיד פֿרידריכס „װאַנדערער איבערן נעפּל־ים“ (אַרום 1817).

אַחוץ אַ ראָמאַנטיקער איז מישקין אין זאַלצבורג אױך געװאָרן אַ שטיקל פֿיזיק־פּראָפֿעסאָר: ער פֿאַרשרײַבט אױף אַ טאָװל נויטאָנס און אײַנשטײנס פֿאָרמלען. אַזױ אַרום װערט ער געגליכן צו געטעס דאָקטאָר פֿאַוסט, װאָס האָט שטודירט טעאָלאָגיע און אַלע שבֿע חכמות כּדי צו דערגײן דעם לעצטן תּכלית. מיט אַ ציטאַט פֿון דאָסטאָיעװסקיס אַ בריװ גיט אונדז װײַנבערגס מישקין צו װיסן אַז פֿאַר אים איז דער לעצטער צװעק פֿון װיסנשאַפֿט — דער בן־אָדם: „דער מענטש איז אַ סוד, און מע דאַרף אים באַשײדן!“

אױך מישקינס יסורים װי אַ כּמו־קריסטוס האָט מען אילוסטרירט מיט אַן אימאַזש און ציטירט האַנס האָלבײַן דעם ייִנגערנס געמעל „דער קערפּער פֿון טױטן קריסטוס אין קבֿר“ (1521/22).

אױב מישקין איז קריסטוס, איז נאַסטאַסיאַ — מרים המגדלית, די זונה און בעל־תּשובֿהניצע פֿון קריסטלעכן „ברית חדשה“. אױף דעם זײַנען אױך דאָ רמזים: צװישן אַנדערן, אַן אָנװוּנק אױף װאַסילי פּעראָװס געמעל „די דערטרונקענע“ (1867). פּעראָװס מאָדעל איז געװען די מאָסקװער פּראָסטיטוטקע פֿאַני — לױטן מאָלער, אַ מין מרים המגדלית. אינעם לעצטן טאַבלאָ פֿון דער אָפּערע װערט די טױטע נאַסטאַסיאַ סוף־כּל־סוף צוגעגליכן צו אַ פּראַװאָסלאַװנעם אָפּבילד פֿון אַ הײליקער.

אַ כּלל, װאַרליקאָװסקי און זײַן קאָמאַנדע האָבן פֿאַרשטאַנען אױסצוניצן דעם כּוח פֿון בילד אױף אַ געניאַלישן אופֿן. מיט אַזעלכע מיטלען האָט דער רעזשיסאָר אילוסטרירט דעם קריסטלעכן אָנזאָג פֿונעם „אידיאָט“, כאָטש דער ליברעטיסט האָט אָפּגעמעקט אַלע דירעקטע אָפּשיקן צו קריסטלעכער טעאָלאָגיע. עטלעכע יאָר נאָכן אױסקאָמפּאָנירן די אָפּערע, האָט װײַנבערג, אַגבֿ, אַלײן אָנגענומען די פּראַװאָסלאַװנע נאמנה.

„דער אידיאָט“ איז אַ מײַסטערװערק און האָט זוכה געװען צו זײער אַ געראָטענער אױפֿפֿירונג אין זאַלצבורג. פֿאַראַן נאָך עטלעכע אָפּערעס װײַנבערגס װאָס מע האָט לאַנגע יאָרן ניט געשפּילט, צװישן זײ — „דער פּאָרטרעט“, באַזירט אױף גאָגאָלס אַ נאָװעלע, און „מיר באַגריסן!“, באַזירט אױף שלום־עליכמס פּיעסע „מזל־טובֿ“. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען אין דײַטשלאַנד אַרױסגעבראַכט אױף דער בינע אַ דײַטשישן נוסח פֿון װײַנבערגס מזל־טובֿ־אָפּערע. אפֿשר איז כּדאַי אונדזערע טאָנקינסטלער און איבערזעצערס זאָלן זיך אונטערנעמען צו שאַפֿן אַ ייִדישן נוסח?

װער ס׳איז אַ בעלן אַלײן צו קוקן אױף דער זאַלצבורגער אינסצעניזאַציע פֿונעם „אידיאָט“, קען דאָס טאָן דאָ אָדער דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version