אַ קאָנצערט פֿון שלום סעקונדאַס לידער וווּ כּמעט אַלע האָבן גערעדט רוסיש A concert of Sholem Secunda’s Yiddish songs where almost everyone spoke Russian
הערט אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג פֿון דעם אַרטיקל דאָ:
שלום סעקונדאַ איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע אומבאַקאַנטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אונדזערע צײַטן.
כאָטש זײַנע לידער „בײַ מיר ביסטו שיין“ און “דאָנאַ דאָנאַ“ זענען וועלטבאַרימט, ווייסט כּמעט קיינער נישט אַז די מעלאָדיעס זענען זײַנע.
דעם חודש אין מערקין האָל, אַ באַקאַנטן קאָנצערטזאַל אין לינקאָן־צענטער, ניו־יאָרק, איז פֿאָרגעקומען אַן אַמביציעזער קאָנצערט לכּבֿוד שלום סעקונדאַס 130טן געבוירן־טאָג, „פֿון שטעטל צו פּראָיעקטאָר־שײַן — דעם אימיגראַנטס ליד.“ אַרײַנקומענדיק אינעם פֿול־געפּאַקטן קאָנצערט־זאַל איז אָבער געווען אַ גרויסער חידוש: אומעטום האָט מען געהערט די קלאַנגען פֿון סלאַווישע שפּראַכן, און איבערהויפּט — רוסיש.
מיט 30 יאָר צוריק וואָלט אַ רוסיש־רעדנדיקער עולם אויף אַ ניו־יאָרקער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער נישט געווען קיין אויסנאַם. אין יענע יאָרן האָבן דאָך נאָך געלעבט טויזנטער ייִדיש־רעדערס פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. יענער דור איז שוין אָבער מער נישטאָ. שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס וואָלטן אַזוי פֿיל רוסיש־רעדערס געקומען אויף אַזאַ קאָנצערט?
בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס האָט מאַרינאַ סמירנאָװאַ־פֿילידאָר, די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער אונטערנעמונג, געזאָגט אַז אַ סך מענטשן פֿון איר דור — מיטליאָריקע ייִדן און אַפֿילו ניט־ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — האָבן במשך פֿון די קינדעריאָרן אָפֿט געהערט סעקונדאַס לידער װי, למשל, „װוּ איז דאָס געסעלע“ („קרוטיצאַ װיעריצאַ, שאַר גאָלובאָי“ אויף רוסיש), װאָס זענען אַזוי אײַנגעװאָרצלט אין דער קולטור, אַז מע נעמט זיי אָן פֿאַר זייערע אייגענע פֿאָלקס־לידער.
כּמעט אַלע מוזיקערס און זינגערס אויפֿן קאָנצערט זענען געװען אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע. לייגט זיך אויפֿן שׂכל אַז דער עולם איז באַשטאַנען מערסטנס פֿון סעקונדאַס לאַנדסלײַט ווײַל ער איז אַליין געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט אַלעקסאַנדריע, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע און געפֿינט זיך הײַנט אין אוקראַיִנע.
דער קאָנצערט איז באַשטאַנען פֿון צוויי טיילן. צו ערשט האָט מען געזונגען סעקונדאַס אייגענע לידער און אינעם צװייטן טייל האָט מען זיך פֿאַרטיפֿט אין דער השפּעה פֿונעם ייִדישן טעאַטער און קולטור אויף בראָדװיי, דזשעז און האָליװוּדער פֿילממוזיק. דער קאָנצערט האָט טאַקע געהאַט אַן אינטערנאַציאָנאַלן טעם. מע האָט געזונגען אויף ייִדיש, ענגליש, העברעיִש, רוסיש און אַפֿילו שװעדיש.
בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם קאָנצערט זענען אויפֿגעטראָטן פֿינף מענער געקליידט אין שװאַרץ מיט שװאַרצע קאַפּלעך. צוזאַמען מיטן דיריגענט און חזן יצחק כײַמאָװ האָט די „גרופּע חבֿרים“ געזונגען סעקונדאַס מעלאָדיע צו „השכּיבֿנו“ — ערנסט, אָפּעראַטיש און רירנדיק.
„שלום סעקונדאַ איז איינער פֿון די בעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון חזנות,“ האָט כײַמאָוו געזאָגט. פּונקט װי [אירװינג] בערלין איז באַקאַנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז שלום סעקונדאַ באַקאַנט איבער דער װעלט, נאָר מע װייסט נישט אַז ס’איז געװען ער װאָס האָט אָנגעשריבן די מעלאָדיעס.“
דער סאַקסאָפֿאָניסט און קאַפּעליע פֿירער יעקבֿ מײַמאַן מיט זײַן דזשעז־קאַפּעליע האָבן אויך געמאַכט אַ רושם – נישט נאָר צוליב זײַן געניטשאַפֿט װי אַ מוזיקער, נאָר אויך פֿאַר זײַן אָנטועכץ: אַ מאַרינאַרקע פֿון שװאַרצע און גאָלדענע פֿליטערלעך, שװאַרץ־און־גאָלדענע דזשינס און אַ ריזיק גאָלדן קייטל אַרום האַלדז. די „גרופּע חבֿרים“, באַגלייט פֿון מײַמאַנס קאַפּעליע, האָט געזונגען אַ דזשעז־נוסח פֿון סעקונדאַס „אדון עולם“, און דער עולם האָט תּיכּף גענומען מיטפּאַטשן צום טאַקט.
דער שטערן פֿונעם אָװנט איז געװען די שװעדישע זינגערין און טרומייט-שפּילערין איגון קאַרלין: יונג, זשװאַװע און מיט אַ פּרעכטיק קול האָט זי פֿאַרכאַפּט דעם עולם ווען זי האָט געשפּילט „בײַ מיר ביסטו שיין“, „מײַן ייִדישע מיידעלע“ און „װוּ איז דאָס געסעלע“ אויף עטלעכע שפּראַכן. טאַנצן האָט זי אויכעט געטאַנצט צו דער דזשעז־מוזיק, האַלטנדיק דעם טרומייט אין דער האַנט. בײַם סוף פֿון קאָנצערט זענען דער סאַקסאַפֿאָניסט מײַמאַן און זי אַרומגעגאַנגען צװישן דעם עולם שפּילנדיק אויף זייערע אינסטרומענטן.
אינעם צװייטן טייל פֿון אָוונט האָט מיכאַעל סװעטלאָװ, אַ סאָליסט פֿאַרן „באָלשוי טעאַטער“ און „מעטראָפּאָליטאַן אָפּערע“, געזונגען לידער אויף ענגליש פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך“. דער הויכפּונקט פֿונעם קאָנצערט איז געװען אַ מוזיקאַלישע אַנימאַציע אויפֿן עקראַן פֿון אַ ליד וואָס איז זייער באַקאַנט אין רוסלאַנד, „דאָס פֿרײַנדשאַפֿט־ליד“. דער פֿאָרווערטס־שרײַבער יואל מאַטװעיעװ האָט עס לעצטנס איבערגעזעצט אויף ענגליש און אַלע מוזיקער זענען געקומען אויף דער בינע און מיטגעזונגען אויף ביידע לשונות. דער עולם האָט מונטער מיטגעפּאַטשט.
סמירנאָװאַ־פֿילידאָר האָט דערקלערט אַז דער ציל פֿונעם קאָנצערט איז געווען אַרויסצורופֿן וואַרעמע זכרונות בײַ די רוסישע און אוקראַיִנישע צוקוקער װאָס געדענקען די לידער פֿון זייערע קינדעריאָרן און אַ טייל פֿון זיי האָבן זיי געהערט פֿון באָבע־זיידע. זי האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די חזנות און לידער וועלן זיי קלינגען היימיש. כאָטש די ייִדן פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען בדרך־כּלל דערצויגן געוואָרן סעקולער, האָט חזנות אַזאַ מיזרח־אייראָפּעיִש־ייִדישן טעם, אַז אַפֿילו וועלטלעכע ייִדן קענען דערפֿון הנאה האָבן.
אָבער דער הויפּטציל פֿונעם קאָנצערט, האָט זי געזאָגט, איז געווען צו שאַפֿן אַחדות. „מע לעבט הײַנט דורך שװערע צײַטן,“ האָט זי געזאָגט. „מע זעט אַזוי פֿיל געשלעג און שׂינאה, האָב איך געוואָלט טאָן עפּעס װאָס ברענגט מענטשן צונויף.“
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor