Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לאָמיר מאָדערניזירן דאָס דאַוונען — צוריק צום מיטל־עלטער!Let’s modernize prayer — back to the Middle Ages

אַ מאָל זענען מחזורים געווען קונסטווערק, וווּ דער טעקסט איז געווען באַגלייט מיט אַ גאַנצער וויזועלער דימענסיע.

ווי אַזוי קען מען מאַכן דאָס יום־טובֿדיקע דאַוונען לעבעדיקער, באַנײַט מיט פֿרישע כּוונות? אָט איז מײַן פּערזענלעכע עצה – לאָמיר אײַנפֿירן צוריק די אַלטע מיטל־עלטערלעכע טראַדיציע פֿון פּרעכטיקע מחזור־אילוסטראַציעס!

ווען מע פֿאַרגלײַכט די הײַנטיקע מחזורים מיט די עלטסטע אָפּגעהיטע אַשכּנזישע, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ גרויסער חילוק: אַ מאָל פֿלעגן ייִדן שיין באַצירן זייערע ספֿרים מיט כּלערליי פֿאַרכאַפּנדיקע סימבאָלן און גאַנצע סצענעס. הײַנט זעען זיי אויס גאַנץ „טרוקן‟, אָן שום בילדער. די איינציקע פֿאַרשפּרייטע אילוסטראַטיווע טראַדיציע פֿון די האַרבסטיקע יום־טובֿים, וואָס האָט דערלעבט ביז הײַנט, זענען די סוכּה־באַצירונגען. זעלטן־וווּ טרעפֿן זיך אויך פּרעכטיק באַצירטע פּרוכתן און „שוויתיס“ – מיסטישע שילדן, וואָס מע שטעלט אַרויס פֿאַרן חזן בײַם עמוד. וואָס שייך די בתּי־תּפֿילה אַליין, זענען הײַנט נאָך אַלץ פֿאַראַן אַזעלכע ווי די היסטאָרישע ביאַליסטאָקער שיל אין מאַנהעטן, טאַקע שיין אויסגעפּוצטע, גאָר זעלטענע יקר־המציאותן, אָבער מע באַזוכט זיי גיכער ווי מוזייען איידער ווי שילן.

איינעם פֿון די עלטסטע אַשכּנזישע כּתבֿ־ידן, דעם אַזוי גערופֿענעם אַמסטערדאַמער מחזור, איז געווידמעט אַ ספּעציעלע וועבזײַט. דער ספֿר איז געשאַפֿן געוואָרן אַרום דעם יאָר 1250 אין קעלן, נאָר זינט דעם סוף־17טן יאָרהונדערט געהערט ער צו דער אַשכּנזישער קהילה אין אַמסטערדאַם. אַחוץ די גאָלדענע און פֿילפֿאַרביקע קעפּלעך, איז דער דאָזיקער מחזור דעקאָרירט מיט פֿלאַנצן, קיניגלעכע פּאַלאַצן, פֿאַנטאַסטישע פֿויגלען, לייבן און דראַקאָנען. אַגבֿ, אין אַלטע ייִדישע מעשׂיות ווערט אַ דראַקאָן אָנגערופֿן אַ לינדוואָרעם. מענטשלעכע צורות טרעפֿן זיך דאָרט אויך, נאָר אָן רעאַליסטישע פּנימער – צוליב דעם איסור „לא תעשׂון אתּי‟, כּדי נישט אַרײַנצומישן קיין בילדער פֿון מענטשן בעתן דינען דעם רבונו־של־עולם.

נאָך רײַכער זענען די אילוסטראַציעס פֿונעם „מיכל־מחזור‟, געשאַפֿן דורכן סופֿר יהודה בן שמואל אין 1257 – 1258. ער האָט אַמאָל געהערט צו דער פּריוואַטער זאַמלונג פֿונעם האַמבורגער ייִד חיים מיכל (1792 – 1846), דערפֿאַר טראָגט דער כּתבֿ־יד זײַן נאָמען. אויסטערלישע יעגער מיט שווערדן און חיהיִשע פּנימער, מיסטעריעזע בעלי־חיים, ריטערישע געפֿעכטן, פֿאַנטאַסטישע לאַנדשאַפֿטן… זיכער איז דעמאָלט געווען אַ מחיה מתפּלל צו זײַן, קוקנדיק אויף אַזעלכע אימאַזשן. די קונסט־פֿאָרשער באַמערקן, אַז אין די דאָזיקע אילוסטראַציעס שטעקט אַ טיפֿע און רײַכע סימבאָלישע סיסטעם.

דער בעל־תּפֿילה, וועלכער האָט זיך באַנוצט מיט אַזאַ אוצר, האָט געקאָנט זיך פֿאַרטראַכטן וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין גלות, דעם אינטערלעכן קאַמף קעגן דעם יצר־הרע, וכּדומה. אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט די טעמע פֿון ריטערשאַפֿט זייער אַן אָנגעזעען אָרט. הגם די דײַטשישע ייִדן אַליין האָבן, פֿאַרשטייט זיך, נישט געקאָנט זײַן אַ טייל פֿון דער קריסטלעכער פֿעאָדאַלער עליטע, האָבן זיי זיך פֿאָרט געפֿילט ווי אייראָפּעער. די מעשׂיות וועגן קיניגן, ריטער און דראַקאָנען האָבן פֿאַר זיי געדינט, אַחוץ דעם טשיקאַוון פֿאַרכאַפּנדיקן אינהאַלט, ווי אַ רײַכער קוואַל פֿון משלים און אַלעגאָריעס וועגן רוחניות. דער וויזועלער, מעדיטאַטיווער אַספּעקט פֿונעם מחזור האָט געהאָלפֿן דעם מתפּלל „אַוועקפֿליִען‟ אין דער טרוים־וועלט פֿון וווּנדער־מעשׂיות און משיחס צײַטן.

אַן אַנדער פּרעכטיקער מחזור, באַצירט מיט ענלעכע מיטל־עלטערלעכע אימאַזשן, איז  אָנגעשריבן געוואָרן אינעם יאָר 1272 אין וואָרמס און איז באַקאַנט ווי דאָס ערשטע ווערק, וואָס אַנטהאַלט אַ גאַנצע פֿראַזע אויף ייִדיש – אַ ברכה דעם, וואָס טראָגט אים אין בית־הכּנסת אַרײַן. מענטשן ווערן דאָרט אויסגעמאָלט מיט טשיקאַווע פֿויגל־אַרטיקע און חיות־אַרטיקע פּנימער, נאָר זעען פֿאָרט אויס ווי מענטשן. דער קינסטלער, אַ פֿראַנצויזישער ייִד, האָט געהייסן שמעיה הצרפֿתּי.

אינעם 16טן יאָרהונדערט, ווען די וואָלוועלע געדרוקטע ביכער האָבן בהדרגה אָפּגעשטויסן די אַלטע קונסט פֿון באַצירטע כּתבֿ־ידן, זענען די קונסטווערק מיט אַ סימבאָליש־מיסטישן טעם במשך פֿון אַ סך דורות פֿאַרבליבן אין שילגעמעלן, מיזרח־טעפּעכן, טראַדיציאָנעלע ייִדישע פּאַפּיר־אויסשניטן און אַנדערע מינים פֿאָלקס־קונסט. נאָכן חורבן זענען זיי, צום באַדויערן, אויך כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

אַ פּאָר פֿאַרלאַגן פֿאַרקויפֿן הײַנט איבערגעדרוקטע פֿאַקסימיליע־אויסגאַבעס פֿון אוראַלטע מחזורים פֿאַר עקסטרעם־הויכע פּרײַזן. גאָרנישט שטערט אָבער נישט די הײַנטיקע קינסטלער ווידער אויפֿצולעבן די אַלטע טראַדיציע אָדער צוטראַכטן עפּעס חידושדיקס. למשל, לויט רבי נחמן בראַצלעווער איז די נאַטור־סבֿיבֿה מסוגל פֿאַרן דאַוונען; קאָן מען באַגלייטן סידורים און מחזורים מיט אַלטע און נײַע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, אָדער פּשוט מיט שיינע נאַטור־לאַנדשאַפֿטן צי פֿאַנטאַסטישע פּייזאַזשן. גרויסע חסידישע צדיקים פֿלעגן דאַוונען אַליין אין אַ וואַלד. מיט דער הילף פֿון אילוסטראַציעס קאָן מען אין אַ געוויסער מאָס צוגעבן אַ טעם פֿון אַזאַ נאַטור־דאַוונען.

דראַקאָנען, איינהאָרנס און אַנדערע מיסטישע חיות בלײַבן פּאָפּולער אין דער הײַנטיקער פֿאַנטאַסטישער ליטעראַטור. אַ סך קינדער וואָלטן זיכער אָפּגעשאַצט אַ מחזור, וואָס אַנטהאַלט בילדער פֿון אַזעלכע באַשעפֿענישן. פֿאַרשטייט זיך, איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין דעם אַמאָליקן סימבאָליזם פֿון ספֿרים־אילוסטראַציעס, אָבער אַפֿילו מיט סתּם אימפּראָוויזירטע כּמו־אַלטע אימאַזשן קאָן אַ מחזור אויסזען שענער און לעבעדיקער. סצענעס פֿון רבי נחמנס „סיפּורי־מעשׂיות‟ און אַנדערע סוזשעטן פֿון באַקאַנטע וווּנדער־מעשׂיות וואָלטן אויך געקאָנט דינען ווי אַ גרייטער אינספּיראַציע־קוואַל פֿאַר אַן אילוסטראַטאָר.

אַמאָל האָב איך שוין דערציילט די פֿאָרווערטס־לייענער וועגן דעם פּראָיעקט Open Siddur, וואָס רופֿט די הײַנטיקע ייִדן צו שאַפֿן אייגענע נוסחאָות אָדער צונויפֿשטעלן די אַלטע אויף פּערזענלעכע חידושדיקע אופֿנים. פֿאַרן אָרטאָדאָקסישן און בפֿרט חסידישן עולם קלינגט אַזאַ צוגאַנג צו ראַדיקאַל. די טראַדיציע פֿון קינסטלערישע באַצירונגען איז אָבער דווקא זייער טראַדיציאָנעל, טיף פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער פֿריִיִקער געשיכטע פֿון אַשכּנזישער ייִדישקייט, חסידי־אַשכּנז און קבלה. קינסטלערישע חידושים קאָנען, אָן שום ענדערונגען פֿונעם אָנגענומענעם טעקסט, אַנטפּלעקן אַ נײַע וויזועלע דימענסיע בײַם דאַוונען. און דערווײַל קענט איר אַליין אָפּדרוקן פֿאַרשיידענע פּרעכטיקע זײַטלעך פֿון דיגיטאַליזירטע כּתבֿ־ידן און זיך גוט אַרײַנקוקן אין זיי, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי ייִדן פֿלעגן דאַוונען מיט הונטערטער יאָרן צוריק.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.