„ייִדלײַף־קריסיז“ װאַלענטין־טאָג עפּיזאָד — גאָט, װיסנשאַפֿט און טריפּע“YidLife Crisis” Valentine’s Day Episode – God, Science and the Clap
די צװיי יאַטן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ אַמפּערן זיך וועגן גאָט בשעת חיימי ווערט באַהאַנדלט אין שפּיטאָל צוליב אַ דעליקאַטן ענין

Courtesy of YidLife Crisis
דער אַרטיקל איז לכתּחילה אַרויסגעגעבן געװאָרן דעם 12טן פֿעברואַר, 2019
לעצטנס האָבן חיימי עלמאָן און לייזער באַטאַליאָן אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם עפּיזאָד פֿון זייער פּאָפּולערער ייִדיש־שפּראַכיקער ווידעאָ־סעריע „ייִדלײַף־קריזיס‟ לכּבֿוד דעם װאַלענטין־טאָג.
להיפּוך צום קאַפּיטל מיט דער באַרימטער קאָמיקערין מים ביאַליק וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט לכּבֿוד דער זעלביקער חגא מיט דרײַ יאָר צוריק (2016), האָט דער דאָזיקער עפּיזאָד גאָרניט צו טאָן מיט ראַנדקעס אָדער ראָמאַנס, נאָר מיט אַ פּראָבלעם וואָס קען אַרויסקומען דערפֿון — קראַנקייטן וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך דורך סעקס.
חיימי לײַדט, אַ פּנים, פֿון טריפּער אָדער עפּעס ענלעכס, און וויל אַנטלויפֿן פֿונעם מאָנטרעאָלער ייִדישן שפּיטאָל, ווײַל ער האָט שטאַרק מורא פֿאַר נאָדלען. זײַן געטרײַער חבֿר, לייזער, וואָס האָט אים דאָרטן געבראַכט, פֿילט זיך אין שפּיטאָל ווי בײַ זיך אין דער היים. דאָרטן איז ער געבוירן געוואָרן, דאָרטן האָט מען אים געמאַכט דעם ברית (דווקא אין אַ „ברית־צימער,‟ פֿאָרט אַ ייִדישער שפּיטאָל!) און דאָרטן האָט מען אים געהיילט זײַנע אַנדערע קראַנקייטן, סײַ די עכטע, סײַ די אויסגעדאַכטע.
בעת לייזער האַלט אין איין רעדן וועגן די מעלות פֿונעם ייִדישן שפּיטאָל און וואָס זי טוט אויף פֿאַר גאַנץ מאָנטרעאָל, הייבט חיימי, דער פֿאַרברענטער אַטעיִסט, אָן צו מורמלען תּהילים. דאָס רופֿט אַרויס אַ דעבאַטע וועגן גאָט, בטחון און ייִדישקייט בכלל. דער שפּיץ פֿון דער סצענע איז איינער פֿון די בעסטע מאָמענטן פֿון דער גאַנצער סעריע.
אַזוי ווי בײַם פֿריִערדיקן עפּיזאָד, צייכנט זיך אויס דער דאָזיקער קאַפּיטל מיט זײַן רײַכן לשון – אַ סימן פֿון דער פֿעיִקײט פֿון דער ייִדיש־קאָנסולטאַנטקע פֿון דער פּראָגראַם, רבֿקה אויגענפֿעלד.