Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גרשון ווײַסעס פּאָעטישע חידושיםGershon Weiss’ poetic surprises

אין זײַן בוך לידער פֿאַרטיפֿט זיך דער דיכטער אין פּסיכאָלאָגיע, רוחניות און צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען.

פֿאַראַיאָרן האָט דער תּל־אָבֿיבֿער „ה. לייוויק־פֿאַרלאַג‟ אַרויסגעגעבן אַ לידער־זאַמלונג פֿונעם דיכטער גרשון ווײַס. דאָס בוך, „אַלט־נײַע לידער פֿאַר דעם איין־און־צוואַנציקסטן יאָרהונדערט‟, איז בלויז 28 זײַטלעך, נאָר האָט אַן אוניקאַלן טעם, באַגלייט מיט דעם מחברס אייגענע אילוסטראַציעס.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געעפֿנט די דאָזיקע אויסגאַבע, האָט מיך גלײַך פֿאַרחידושט דער אימאַזש, אַז דער באַראַן (אַן ער־שעפּס), וועלכער פֿיגורירט אין דער מעשׂה וועגן דער עקידת־יצחק, ווי ער דערקלערט אינעם ליד אַליין, איז „חנום דער ווידערמענטש־אָפּגאָט‟. אַ פּלוצעמדיקע אַסאָציאַציע… און נישט קיין צופֿעליקע!

אינעם אַלט־מיצרישן פּאַנטעאָן איז טאַקע דאָ אַזאַ פֿיגור, וואָס זײַן נאָמען לייענט זיך ווי „כנום‟. גרשון ווײַס האָט פֿאַרשריבן זײַן נאָמען אויף אַ כּמו־לשון־קודשדיקן אופֿן, כּדי אונטערצושטרײַכן די אוראַלטקייט פֿונעם דאָזיקן אָפּגאָט, אַ מענטש אַ באַראַן. באַקומט זיך, לויט דעם דיכטערס רעיון, אַז בעת דער עקדה האָט אַבֿרהם אָבֿינו מבֿטל געווען די דאָזיקע עבֿודה־זרה… צי נישט? זײַן ניט־לאַנגע פּאָעמע „עקדה־צײַטן‟ שליסט זיך מיט די ווערטער „און זיי זײַנען געגאַנגען ווײַטער‟. טאַקע געגאַנגען, אינעם בוכשטעבלעכן היסטאָרישן זין. די אַרכעאָלאָגן האָבן באַשטעטיקט, אַז בערך מיט 2,500 יאָר צוריק איז אין דער מיצרישער אינדזל־שטאָט עלעפֿאַנטינע אָנגעגאַנגען אַ סיכסוך צווישן די אָרטיקע דינער פֿונעם שעפּס־קולט און ייִדן, וועלכער האָבן דאָרט אויפֿגעשטעלט אַן אייגענעם בית־המיקדש.

אין „פּרקי־אָבֿות‟ שטייט געשריבן, אַז יענער באַראַן איז געווען צווישן די זאַכן און באַשעפֿענישן, וואָס זענען באַשאַפֿן געוואָרן בײַם סאַמע סוף פֿון די ששת־ימי־בראשית. אויב אַזוי, ווערט ער אין דער ייִדישער טראַדיציע טאַקע באַטראַכט ווי עפּעס אַ מיסטישע חיה. די פֿאַרבינדונג מיטן באַראַן־מזל טלה (Aries), אויך דערמאָנט אינעם ליד, איז גענוג גוט באַקאַנט. ס׳איז פֿאַראַן אַ דעה, אַז די עקדה־מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אינעם חודש ניסן, אונטער דעם דאָזיקן הימלישן סימן.

אָט אַזעלכע קייטן פֿון היסטאָרישע און סימבאָליש־פֿילאָסאָפֿישע פֿאַרבינדונגען בויען זיך, ווען מע לייענט גרשון ווײַסעס דיכטונג. זײַן פּאָעזיע איז פֿול מיט ניט־טריוויאַלע קבלה־אַסאָציאַציעס און אויך, ווי עס וואַרפֿט זיך אין די אויגן, מיט פּסיכאָ־אַנאַליז: „אַ לולבֿ און אתרוג טרעפֿן זיך… ער גרין מיט חשק, זי העל און רונד‟. אינעם נאָכוואָרט דערציילט דער דיכטער, אַז אין די לעצטע דרײַסיק יאָר האָט ער געאַרבעט ווי אַ „פּסיכאָטעראַפּיסט אין פֿאַרשידענע געביטן‟. אויפֿגעוואַקסן איז ער אין די 1970ער יאָרן אין אַ ניו־יאָרקער פֿאָרשטאָט.

אין ווײַסעס וועלטלעכער משפּחה האָט מען אויף ייִדיש נישט גערעדט. אינעם יאָר 1977 האָט ער זיך געלערנט אין דער אינטענסיווער ייִדיש־פּראָגראַם פֿון ייִוואָ און קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אָנגעהויבן כּסדר פֿאַרבעסערן זײַן שפּראַך־קענטעניש און אין 2008 אָנגעהויבן פּובליקירן זײַנע ייִדישע לידער אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟. גיטל שעכטער, איינע פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל, האָט מיר איבערגעגעבן, אַז דער דיכטער וווינט אין איר שטאָט טינעק, ניו־דזשערזי, האָב איך זיך מיט אים פֿאַרבונדן.

גרשון ווײַס האָט מיר איבערגעגעבן, אַז איצט איז ער אויף פּענסיע און האָט אַ סך צײַט אויף צו שרײַבן לידער. איז גאַנץ מעגלעך אַז ער וועט אַרויסגעבן נאָך אַ זאַמלונג. איידער ער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש, האָט ער געשריבן פּאָעטישע ווערק אויף ענגליש, אָבער הײַנט וויל ער שאַפֿן פּאָעזיע דווקא אויף דער ייִדישער שפּראַך, און דווקא צונויפֿשמעלצן זײַנע „צוויי אָבסעסיעס – רעליגיע און פּסיכאָלאָגיע‟.

אין עטלעכע לידער, דערקלערט ווײַס, האָט ער געוואָלט אויסשילדערן די תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן ווי קאָמפּליצירטע עמאָציאָנעלע מענטשן, נישט סתּם „מאָראַלישע אַרכעטיפּן‟. ווי אַזוי? האָט מיר דער דיכטער דערקלערט אויף ייִדיש: „דאָס ליד פֿליסט אַרויס פֿון דעם דיכטערס אומוויסיקייט אין אַן אומסטרוקטורירטער פֿאָרעם, געמישט מיט פּערזענלעכע געדאַנקען און פֿראַגמענטן פֿון דעם דיכטערס קולטורעלער (מסתּמא, פֿילקולטורעלער) ירושה‟. זײַנע באַליבטסטע דיכטער זענען יעקבֿ גלאַטשטיין און דער ענגלישער פּאָעט ט. ס. עליאָט.

ווײַס האַלט, אַז „אַ ריינע ייִדישקייט איז אוממעגלעך‟. פֿון קדמונים אָן האָבן ייִדן זיך פֿאַרבונדן מיט די מיצרים, כּנענים, גריכן און אַנדערע פֿעלקער, זענען געווען באַקאַנט מיט זייערע רעליגיעס און ממילא עפּעס דערפֿון געשעפּט. פּערזענלעך בין איך אויך מסכּים. הלוואַי זאָלן אַרויס מער אַזעלכע ביכער אויף ייִדיש, וואָס זענען גובֿר פֿאַרשפּרייטע קולטורעלע סטערעאָטיפּן, און העלפֿן שאַפֿן בריקן צווישן פֿאַרשיידענע קולטורן און צוגאַנגען צו דער מענטשלעכער עקזיסטענץ.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.