Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שמועס: דאָס אויפֿוואַקסן חסידיש אין וויןDiscussion: Growing up Hasidic in Vienna

איידל מלובֿיצקי איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער סלאָנימער משפּחה אין ווין, עסטרײַך.

זונטיק דעם 25סטן יאַנואַר וועט אויף זום פֿאָרקומען אַ שמועס מיט איידל מלובֿיצקי (מאַלאָוויצקי), אַ צאַנזער־רביש אייניקל וואָס איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער סלאָנימער משפּחה אין ווין, עסטרײַך.

אלי בענעדיקט, וואָס וועט פֿירן דעם אינטערוויו און איז אַליין פֿון אַ חסידישער משפּחה, האָט געזאָגט אַז איידל מלוביצקי „טראָגט אין זיך אַ לעבעדיק לעבנבילד פֿון אַ חסידישער וועלט אין אַ מאָדערנער שטאָט. אין איר דערציילן פֿאַרבינדן זיך פּערזענלעכע זכרונות מיט קהילות־געשיכטע, און ייִדיש בלײַבט די שליסלשפּראַך פֿאַר ביידע.“

די דיסקוסיע ווערט געשטיצט פֿון דער ייִדיש־ליגע.

‫אי‫ידל מלובֿיצקי איז הײַנט אַ ייִדיש־לערערין און קולטור־פֿיגור, אַקטיוו אין פֿאַרשידענע אינסטיטוציעס — צווישן זיי: דער ווינער אוניווערסיטעט, „יונג־ייִדיש־ווין“ און „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר“. זי איז אויך אַ וועגווײַזערין און גיט לעקציעס וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון ווין, וועגן דער חסידישער געשיכטע בכלל, און די געשיכטע פֿון דער חסידישער קהילה אין ווין בפֿרט. בקרובֿ וועט אויך אַרויס אַ דאָקומענטאַר וועגן די בית־יעקבֿ־שולן, וווּ זי ווערט אויך אינטערוויוירט.

דער שמועס, וואָס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, וועט פֿאָרקומען ‫‫זונטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. כּדי זיך צו רעגיסטרירן גיט אַ קוועטש דאָ.

‫‫‫

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.