שמועס: דאָס אויפֿוואַקסן חסידיש אין וויןDiscussion: Growing up Hasidic in Vienna
איידל מלובֿיצקי איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער סלאָנימער משפּחה אין ווין, עסטרײַך.

Screenshot Graphic by the League for Yiddish
זונטיק דעם 25סטן יאַנואַר וועט אויף זום פֿאָרקומען אַ שמועס מיט איידל מלובֿיצקי (מאַלאָוויצקי), אַ צאַנזער־רביש אייניקל וואָס איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער סלאָנימער משפּחה אין ווין, עסטרײַך.
אלי בענעדיקט, וואָס וועט פֿירן דעם אינטערוויו און איז אַליין פֿון אַ חסידישער משפּחה, האָט געזאָגט אַז איידל מלוביצקי „טראָגט אין זיך אַ לעבעדיק לעבנבילד פֿון אַ חסידישער וועלט אין אַ מאָדערנער שטאָט. אין איר דערציילן פֿאַרבינדן זיך פּערזענלעכע זכרונות מיט קהילות־געשיכטע, און ייִדיש בלײַבט די שליסלשפּראַך פֿאַר ביידע.“
די דיסקוסיע ווערט געשטיצט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
איידל מלובֿיצקי איז הײַנט אַ ייִדיש־לערערין און קולטור־פֿיגור, אַקטיוו אין פֿאַרשידענע אינסטיטוציעס — צווישן זיי: דער ווינער אוניווערסיטעט, „יונג־ייִדיש־ווין“ און „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר“. זי איז אויך אַ וועגווײַזערין און גיט לעקציעס וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון ווין, וועגן דער חסידישער געשיכטע בכלל, און די געשיכטע פֿון דער חסידישער קהילה אין ווין בפֿרט. בקרובֿ וועט אויך אַרויס אַ דאָקומענטאַר וועגן די בית־יעקבֿ־שולן, וווּ זי ווערט אויך אינטערוויוירט.
דער שמועס, וואָס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. כּדי זיך צו רעגיסטרירן גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
