אַ ייִדיש ליד מיט אַסטראָנויטן אויף דער לבֿנהA Yiddish Song With Astronauts on the Moon
הענרי געראָס און ראָזיטע לאָנדאָנערס הומאָריסטיש ליד גיט ניט קיין פּאָזיטיווע שילדערונג פֿון דער מאָדערנער וועלט.

Image by NASA
הענרי געראָ איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע הומאָריסטישע לידער, וואָס האָבן געשילדערט — דווקא גאַנץ נעגאַטיוו — סײַ די מאָדערנע וועלט, סײַ די מענטשן וואָס וווינען אין דווקא אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן. זײַן שוואַרצער הומאָר, אין אַזעלכע לידער ווי אַלץ פֿאַר געלט, שפּיגלט אָפּ אַן עכט־פּעסימיסטישן צוגאַנג צו דער וועלט וואָס איז דורכגעזאַפּט מיט ייִדישער איראָניע.
ענלעך איז זײַן ליד „אַ נײַע צײַט‟, וואָס מיר שטעלן אַרויף די וואָך לכּבֿוד דעם 50סטן יובֿל פֿונעם טאָג אין יולי 1969, ווען אַסטראָנויטן האָבן צום ערשטן מאָל געלאַנדעט אויף דער לבֿנה — אַ געשעעניש, וואָס ווערט אין דעם ליד דערמאָנט מיט הומאָר. עס זינגט צוזאַמען מיט אים זײַן פֿרוי ראָזיטע לאָנדאָנער, מיט וועמען ער האָט זיך באַקענט אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט זיך באַזעצט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
געראָ איז געשטאָרבן אין 1980. זײַן אַלמנה ראָזיטע וווינט נאָך אַלץ אין בוענאָס־אײַרעס, איר צו לאַנגע יאָר.
אָט קען מען זען, ווי זי זינגט דאָס ליד „אַמאָל איז געווען אַ ייִד‟ אינעם אַרגענטינער פֿילם El Abrazo Partido (די פֿאַרלוירענע אַרומנעמונג).
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
