פֿאָטאָגראַפֿין אײַדאַ ווײַמאַן געשטאָרבן צו 93 יאָרPhotographer Ida Wyman Dies at 93
די „גאַסן־פֿאָטאָגראַפֿין‟ איז געווען באַקאַנט פֿאַר אירע בילדער פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן אין ניו־יאָרק.
די פּיאָנערישע פֿאָטאָגראַפֿין אײַדאַ ווײַמאַן, אַ קינד פֿון לעטלאַנדער ייִדישע אימיגראַנטן וואָס איז געוואָרן באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, איז לעצטנס געשטאָרבן אין פֿיטשבערג, וויסקאָנסין. זי איז געווען 93.
ווײַמאַן האָט אָנגעהויבן איר קאַריערע צו 14 יאָר, מאַכנדיק בילדער מיט אַ ריזיקן פּרימיטיוון פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. „מיטן אַפּאַראַט בין איך געפֿאָרן איבער אַלע געגנטן פֿון ניו־יאָרק. איך האָב געקענט פֿאַראייביקן אויפֿן פֿילם דאָס וואָס איך האָב געזען און דאָס, וואָס איז געווען אין מײַן האַרץ.‟
אין מיטלשול איז זי געווען אַ מיטגלידין פֿון אַ קלוב פֿאַר יונגע פֿאָטאָגראַפֿן. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיטן באַרימטן פֿאָטאָגראַף בײַם זשורנאַל Life, ביל האָפֿמאַן, וואָס האָט דערקענט אין איר אַ טאַלאַנט און זי דערמוטיקט צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָטאָגראַפֿין. צו יענער צײַט זענען ניט געווען קיין סך פֿרויען אין אַזאַ בראַנזשע און ווען זי האָט געקריגן איר ערשטע שטעלע פֿאַר Acme News Photographers איז עס טאַקע געווען דורך אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿון אַ פֿאָטאָ־אַגענטור מיטן נאָמען „שיקייִנגל־פּראָגראַם פֿאַר מיידלעך‟ (girl mailroom boy).
אַ דאַנק איר אַרבעט פֿאַר Acme האָט זי זיך דערוווּסט, אַז זי האָט בעסער ליב צו פֿאָטאָגראַפֿירן דאָס טעגטעגלעכע לעבן איידער צו מאַכן בילדער פֿון זעלטענע געשעענישן. זי האָט געשאַפֿן אירע אייגענע פּראָיעקטן און צונויפֿגעשטעלט פֿאָטאָ־עסייען, וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל Look. פֿאַר איין עסיי, פֿון 1945, האָט זי אַראָפּגענומען פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס שפּיגלען אָפּ ווי די ניו־יאָרקער אײַנוווינער רעאַגירן אויף דער טרויעריקער בשׂורה, אַז פּרעזידענט פֿרענקלין ד. רוזעוועלט איז ניפֿטר געוואָרן. איין בילד האָט געשילדערט אַ גרופּע ייִדישע מענער וואָס קוקן אַרײַן אין אַ נומער פֿונעם פֿאָרווערטס.
אַז עס האָט זיך געענדיקט די צווייטע וועלט־מלחמה האָט די פֿאָטאָ־אַגענטור Acme אָפּגעזאָגט ווײַמאַן, ווײַל עס האָבן זיך אומגעקערט די פֿריִערדיקע פֿאָטאָגראַפֿן פֿון אַרמיי־דינסט. איז ווײַמאַן געוואָרן אַ מיטגלידין פֿון דער פּאָליטיש ראַדיקאַלער „פֿאָטאָ־ליגע‟, וואָס האָט געשטרעבט צו דאָקומענטירן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר.
נאָך עטלעכע יאָר פֿון נע־ונד אין מעקסיקע האָט זי געפֿונען אַ שטענדיקע אַרבעט ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿין פֿון באַרימטע פּערזענלעכקייטן אין לאָס־אַנזשעלעס. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ צווייטן פֿאָטאָגראַף, סײַמאָן נייטען, פּענסיאָנירט אויף צען יאָר און געהאַט צוויי קינדער. דערנאָך האָט זי אָנגעהויבן אַ צווייטע קאַריערע ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿין פֿון וויסנשאַפֿטלעכע עקספּערימענטן.
אין די 1990ער יאָרן האָט זיך צעוואַקסן דער אינטערעס צו אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די 1940ער און 1950ער און מע האָט זיי אַרײַנגענומען אין אַ ריי חשובֿע מוזייען און גאַלעריעס.
כאָטש מע האָט גערופֿן אײַדאַ ווײַמאַן אַ „גאַסן־פֿאָטאָגראַפֿין‟, איז איר ניט געפֿעלן געוואָרן דער באַגריף. בעת אַן אינטערוויו אין 2014 האָט זי דערקלערט: „דאָס לעבן איז געווען אויף די גאַסן — דערפֿאַר האָב איך דאָרטן געמאַכט מײַנע בילדער.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor