Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מרדכי דוניץ: אַ ליד לזכּרון דער אַלטער היים, זשעטלMordkhe Dunitz: A Poem In Memory Of His Hometown, Zhetl

דאָס ליד פֿונעם ייִדישן קולטור־טוער, וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט דעם 22סטן יולי 2019, איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם יזכּור־בוך, פּינקס זשעטל

דעם 22סטן יולי 2019 איז דער ייִדישער קולטור־טוער און געוועזענער פֿאָרווערטס־קאָרעספּאָנדענט מרדכי דוניץ אַוועק פֿון דער וועלט.

דוניץ איז געווען אַ לעבן געבליבענער פֿון זשעטל, ווײַסרוסלאַנד — דאָס זעלבע געבוירן־אָרט פֿונעם דובנער מגיד און דעם באַרימטן פּוסק פֿון דער מוסר־באַוועגונג — דער חפֿץ חיים.

אינעם יזכּור־בוך, „פּינקס זשעטל‟ געפֿינט זיך טאַקע דאָס ווײַטערדיקע ליד אָנגעשריבן פֿון דוניצן לזכּרון זשעטל און די זעקס מיליאָן בכלל:

יזכּור
פֿון מרדכי דוניץ

ס׳קנאַלן שוין מער קיין האַרמאַטן אין פֿעלדער,
ס׳רוט שוין די שווערד נאָך איר בלוטיקן שלאַכט.
פֿאַרוואָקסן שוין קבֿרים און בערגלעך און וועלדער,
דער פֿרילינג באַדעקט האָט די וועלט מיט זײַן פּראַכט.

עס שרײַען שוין מער ניט קיין קינדער אין אוישוויץ,
אין מיידאַנעק די אויוונס, זיי שטייען שוין קאַלט.
אין טרעבלינקע די טאַטעס, די מאַמעס אין דאַכאַו,
ס׳הילכן שוין מער קיין געשרײַען, „גוואַלד!‟

די ערד איז באַשטראַלט מיט העל־ווײַסן זון־גלאַנץ,
דער הימל אין בלוי־גרויען אָפּגרונט זיך טרינקט.
עס שפּילט אין די נעכט דער ווינט זײַן נאַטור־טאַנץ,
און שטיל איז דער וואַלד, ווי אין טויטקייט געהילט.

עס סודען זיך קוסטעס אויף בערגלעך און טאָלן,
די טײַכן זיי וואַשן דעם אוראַלטן ברעג,
זיי שטראָמען אין ימען, אין אָפּגרונטן, זאַלן,
פֿאַרשווינדן די פֿלעקן פֿון פֿינצטערע טעג.

די גאַסן זיי רוישן פֿון מענטשן־גערודער,
דאָס לעבן גייט ווײַטער זײַן שטורמישן וועג,
ס׳קענען אָבער ניט פֿאַרגעסן שוועסטער אָן ברידער
וואָס זײַנען געשאָכטן אין וואַלד אויפֿן שטעג.

אָפֿט טראָגן זיך נאַכטלעך גרויזאַם־גוואַלדן,
די לופֿט ווערט געשניטן דורך יאָמער־געשריי.
עס גרויען זיך קעפּ, און הערצער זיך שפּאַלטן,
פֿון קיין מאָל ניט היילבאַרן, פּײַנלעכן וויי.

זיי וועקן מענטשן מיט פֿאַרלאַטעטע שאַרבנס,
און בײַלן פֿויסטן פֿון טאַטויִרטע הענט.
זיי רופֿן און מאָנען: געדענקט די מיליאָנען,
וואָס זײַנען דערשאָסן, פֿאַרפּײַניקט, פֿאַרברענט!

אויף וועגן מיט בלוט אָנגעזאַפּט פֿון קרבנות,
אויף שטעגן אין וועלדער, טויט־שטיל אין דער נאַכט,
דורך גרענעצן און פּאָסטנס, געביטן און זאָנעס,
אונדז האָט ניט געשראָקן קיין כּוח און מאַכט.

עס האָבן ניט געקענט רוען מאַמעס אויף ערטער,
וווּ „מאַמע‟־געשרייען טראָגן זיך אום,
וווּ איכה־געוויינען ווערן פֿאַרטויבט פֿון געלעכטער
פֿון שיכּורע מערדער, פֿון נעכטיקן „רום‟.

אונדז האָבן ניט געקענט האַלטן צוימען, טראַנשייען
און טײַער פֿאַר אונדז איז געווען יעדע מינוט.
ס׳רופֿן אונדז ברידער אין זייערע רייען,
אַ דענקמאָל צו שטעלן דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט.

אַ דענקמאָל נאָך אונדזערע טײַערסטע, ליבסטע,
וואָס זײַנען דורך מערדער אויף אייבעק פֿאַרשניטן.
אַ דענקמאָל נאָך זשעטל — דער היים דער פֿאַרוויסטער,
וואָס האָט מיט דעם חורבן איר פּנים פֿאַרביטן.

אויף אייביק מיר וועלן מיט כּבֿוד און ציטער
(עס מעגן די יאָרן פֿליסן ווי שטראָמען),
עד־סוף כּל־הדורות, בלײַבן די היטער,
פֿון אײַער ליבן און טײַערן נאָמען.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.