Alexander Tamir by the Forward

ניטאָ מער אַלכּסנדר תּמיר, וווּנדערקינד פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט קאָמפּאָנירט „שטילער, שטילער‟

Alexander Tamir, Vilna Ghetto Wunderkind Who Composed ”Shtiler Shtiler,” Has Died

דעם 15טן אויגוסט איז אין ישׂראל אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער פּיאַניסט, קאָמפּאָזיטאָר און מוזיק־פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר תּמיר.

ביז די 1980ער יאָרן האָט די וועלט בלויז געקענט תּמיר ווי אַ מוזיק־לערער און פּאָפּולערער פּיאַניסט, וואָס האָט מיט זײַן לאַנגיאָריקן מוזיקאַלישן שותּף ברכה עדן גאַסטראָלירט איבער דער וועלט און איז אַפֿילו אויפֿגעטראָטן אויף דער באַרימטער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „דער עד סוליוואַן שאָו‟ אין 1958.

ווי עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, איז תּמיר, וואָס האָט ביז יענער צײַט ניט עפֿנטלעך גערעדט וועגן זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, לכתּחילה געווען באַרימט לויט אַן אַנדער נאָמען: אַלעקס וואָלקאָוויסקי. אין די ערשטע חדשים פֿון 1943 האָט מען געהאַלטן אַ פֿאַרמעסט אין ווילנער געטאָ צו געפֿינען ווער עס קען שאַפֿן דאָס בעסטע ליד. וואָלקאָוויסקי, דעמאָלט אַן 11־יאָריק ייִנגל, האָט קאָמפּאָנירט אַ רעקוויעם לזכּרון די 70,000 ייִדן, וואָס די דײַטשן האָבן געהאַט אומגעבראַכט אויף פּאָנאַר. די אומפֿאַרגעסלעכע קאָמפּאָזיציע, אין פֿאָרעם פֿון אַ וויגליד — די דײַטשן זאָלן ניט פֿאַרשטיין איר באַטײַט — איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם ליד „שטילער, שטילער‟ (ווערטער: שמערקע קאַשטערגינסקי). אַז מע האָט דאָס ליד צום ערשטן מאָל געזונגען אין אַפּריל 1943 אויפֿן לעצטן עפֿנטלעכן קאָנצערט אין ווילנער געטאָ, האָט דער עולם זיך צעוויינט אויף אַ קול, דערמאָנענדיק זיך אין זייערע קרובֿים אין די פּאָנאַרער קבֿרים, וואָס „גרינען צום בלאָ‟.

כאָטש קאַטשערגינסקי האָט איבערגעלעבט די מלחמה בײַ די פּאַרטיזאַנער און דערנאָך פֿאַרשפּרייט דאָס ליד איבער דער וועלט (הײַנט איז עס, אויף עבֿרית, איינס פֿון די באַרימטסטע חורבן־לידער אין ישׂראל), האָט מען געמיינט אַז זײַן יונגער קאָמפּאָזיטאָר איז שפּעטער אַליין דערשאָסן געוואָרן אויף פּאָנאַר.

ווי אַ סך ייִדן וואָס האָבן יונגערהייט איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט תּמיר שפּעטער דערקלערט אַז ער האָט פּסיכאָלאָגיש בלאָקירט אַ סך פֿון דעם, וואָס ער האָט דורכגעמאַכט און ניט געוואָלט קלערן וועגן די געשעענישן, וואָס ער האָט יאָ געדענקט. אַז עמעצער האָט אים געפֿרעגט צי ער האָט קאָמפּאָנירט דאָס ליד „שטילער שטילער‟ האָט ער לאַנגע יאָרן געענטפֿערט, אַז ניט ער איז געווען דער מוזיקאַלישער וווּנדערקינד פֿון ווילנער געטאָ, נאָר אַן אַנדער ייִנגל. אַמאָל האָט ער עס כּמעט אַליין געגלייבט; אַמאָל האָט ער עס געמיינט מער מעטאַפֿאָריש — אַז ער איז שוין אין גאַנצן אַן אַנדער מענטש פֿונעם ייִנגל, וואָס האָט קאָמפּאָנירט דאָס ליד.

אין 1986 האָט ער אָנטייל גענומען אינעם דאָקומענטאַר־פֿילם „ די ווילנער פּאַרטיזאַנער‟, אין וועלכן ער האָט גערעדט וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין געטאָ. זײַן פּערזענלעכע געשיכטע איז געוואָרן מער באַקאַנט, נאָך דעם וואָס די רעזשיסאָרקע רחלי שוואַרץ האָט אים איבערגעצײַגט אָנטייל צו נעמען אין איר דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן „שטילער, שטילער‟ און אַפֿילו צוריקצופֿאָרן קיין ווילנע. איר פֿילם, „פּאָנאַר‟, איז אַרויס אין 2002.

ניט געקוקט אויף זײַנע געמישטע געפֿילן וועגן זײַן עבֿר, האָט תּמיר אין זײַנע לעצטע יאָרן יאָ געפֿונען אַ שטאַרקן טרייסט אין דעם, וויפֿל דאָס ליד האָט דערמוטיקט די ווילנער ייִדן, סײַ אין געטאָ, סײַ אין די 70+ יאָר נאָך דער מלחמה, ווען די ווילנער שארית־הפּליטה, זייערע קינדער און קינדסקינדער אויף אַלע 6 קאָנטינענטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד זייערע דערמאָרדעטע קרובֿים.

ביזן הײַנטיקן טאָג צייכנט זײַן קאָמפּאָזיציע זיך אויס ווי אַ הערלעכער מוסטער פֿון גײַסטיקן ווידערשטאַנד, וואָס פֿאַרקעפּערט דעם אַמאָליקן ירושלים ד׳ליטאַ. כּבֿוד זײַן אָנדענק!

תּיקון־טעות: אין אַ פֿריִערדיקן נוסח פֿונעם אַרטיקל איז געשטאַנען אַז קיינער האָט ניט געוווּסט אַז תּמיר איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון „שטילער, שטילער‟ ביז 2002. פֿאַקטיש האָט ער פֿריִער געהאַט גערעדט וועגן דעם אינעם פֿילם „די ווילנער פּאַרטיזאַנער‟ וואָס איז אַרויס אין 1986 .

This story "ניטאָ מער אַלכּסנדר תּמיר, וווּנדערקינד פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט קאָמפּאָנירט „שטילער, שטילער‟" was written by דזשאָרדין קוציק.

Your Comments

The Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. All readers can browse the comments, and all Forward subscribers can add to the conversation. In the interest of maintaining a civil forum, The Forward requires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not and will be deleted. Egregious commenters or repeat offenders will be banned from commenting. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and the Forward reserves the right to remove comments for any reason.

Recommend this article

ניטאָ מער אַלכּסנדר תּמיר, וווּנדערקינד פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט קאָמפּאָנירט „שטילער, שטילער‟

Thank you!

This article has been sent!

Close