פֿאָרווערטס־רעקלאַמע: „פֿרענעלאָגישער עקזאַמען‟Forverts Ad: Get Your Phrenological Examination in Yiddish
כאָטש עס קלינגט הײַנט אויסטערליש, זענען אַמאָל געווען ייִדישע „מומחים‟ פֿון דער דאָזיקער כּמו־וויסנשאַפֿט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פֿרענעלאָגיע איז אַ מאָדנע כּמו־וויסנשאַפֿט מיט אַ טרויעריק־באַרימטער געשיכטע. ס׳איז באַזירט אויפֿן געדאַנק, אַז דער פֿאָרעם פֿון אַ מענטשנס שאַרבן ווירקט אויף זײַן פּערזענלעכקייט און אַז מע קען דערפֿאַר נוצן דעם שאַרבן כּדי צו דערוויסן זיך וועגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ יחיד. האָט איר אַ בײַל הינטערן אויער? דאָס זאָגט עדות אויף דעם, אַז איר האָט בפֿירוש אַ נײַגעריקן כאַראַקטער. און פֿאַר די פֿרויען, גאָט זאָל אײַך אָפּהיטן טאָמער דעם נידערקסטן טייל פֿון אײַער מאַנס שאַרבן איז גרויס. דאָס זאָגט עדות אויף דעם, אַז ער האָט אַ נטיה צו לינקע ליבעס!
ווײַזט זיך אַרויס פֿונעם אַנאָנס, וואָס איז דערשינען אינעם פֿאָרווערטס דעם 24סטן מאַרץ 1904, אַז איינער אַ „מיסטער ל. גרינשטיין‟ האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פֿרענעלאָגישן געשעפֿט, דורך וועלכן ער אונטערזוכט מענטשן און באַטראַכט זייערע שאַרבנס, כּדי זײַנע פּאַציענטן זאָלן קענען פֿאַרריכטן זייער פּערזענלעכקייט, פֿאָרויסגיין אין זייערע קאַריערעס און אַפֿילו אויסקלײַבן אַ פּאָליטישע פּאַרטיי.
ניט געקוקט אויף דעם ווי אַבסורד עס קלינגט הײַנט דער גאַנצער ענין פֿרענעלאָגיע, האָט זי שפּעטער באַקומען גאָר אַ נעגאַטיווע רעפּוטאַציע. דער געדאַנק אַז מע קען פֿאַרשטיין די עיקר־יסודות פֿונעם מענטשלעכן כאַראַקטער דורכן פֿאָרעם פֿונעם שאַרבן איז שפּעטער געוואָרן פּאָפּולער בײַ די נאַציס, וואָס האָבן זיך באַנוצט מיט דער דאָזיקער וויסנשאַפֿט, כּדי צו ווײַזן אַז די ניט־אַריער זענען אונטערמענטשן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
