איצט אַרויס פֿון דרוק: מאיר יעלינס בוך „אַרבעטן פֿאַר די דײַטשן‟Just Published: Meir Jelen’s Book “Working For the Germans”
דאָס בוך וועבט צונויף דעם מחברס זכרונות פֿון קאָוונער געטאָ מיט היסטאָרישער פֿאָרשונג.

Image by YIVO Institute for Jewish Research
מיר זענען ניט קײן גרױסע בריגאַדע – צװעלף מענער – דרײַ רײען צו פֿיר, און אַכט פֿרױען – צװײ רײען צו פֿיר. מיר רעמאָנטירן אַ גרױסע לוקסוס־דירה פֿאַר אַ נאַצישן גדול, װאָס קומט יעדן טאָג קאָנטראָלירן, צי אַלץ װערט געמאַכט אױף אַ הױכן “אײראָפּעיִשן ניװאָ”. אַ דײַטשער בױ־אינזשעניר און צװײ בױ־מײַסטערס לײגן זיך אין דער לענג און אין דער ברײט צוצושטעלן די בעסטע מאַטעריאַלן. אין געטאָ האָט מען צוגעקליבן די בעסטע בעלי־מלאָכות. כּדי מיר זאָלן גוט און פֿלײַסיק אַרבעטן, ברענגט מען אונדז צו מיטאָג אַ פּאָרציע געדיכטן סאָלדאַטן־זופּ מיט שטיקלעך פֿלײש אינעװײניק און אַ דיקן פּענעץ ברױט. מיר װיצלען זיך – „אַ בורזשואַז עסן‟.
אַזוי הייבט זיך אָן אַ קאַפּיטל אינעם נײַעם בוך, „אַרבעטן פֿון די דײַטשן‟, אַ געווע פֿון זכרונות און היסטאָרישע פֿאָרשונגען אויף ייִדיש וועגן די ייִדן אין קאָוונער געטאָ, אָנגעשריבן פֿונעם ייִדישן זשורנאַליסט און היסטאָריקער מאיר יעלין.
דאָס בוך איז צוגעגרייט געוואָרן צום דרוק דורכן פֿאַרלאַג בײַם „לייוויק־הויז‟, דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, אַן אָרגאַניזאַציע בײַ וועלכער מאיר יעלען איז אַמאָל געשטאַנען בראָש. דאָס בוך קען מען באַשטעלן דאָ.
מאיר יעלין איז אויפֿגעוואַקסן אין קאָוונע, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט די העברעיִש־שפּראַכיקע רעאַל־גימנאַזיע און אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אויף ייִדיש און העברעיִש אין אַ ריי אָרטיקע זשורנאַלן. בעת דער געטאָ־תּקופֿה האָט ער אָנטייל גענומען אין דער ייִדישער אונטערערדישער באַוועגונג, וואָס זײַן ברודער חיים האָט אָנגעפֿירט דערמיט (חיים איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורכן געשטאַפּאָ און פֿאַרפּײַניקט געוואָרן צום טויט).
אין 1973 האָט יעלין עולה געווען קיין ישׂראל, וווּ ער איז באַלד געוואָרן אַן אַקטיווער זשורנאַליסט, רעדאַקטאָר און כּלל־טוער. פֿאַר זײַן זשורנאַליזם און היסטאָרישע פֿאָרשונגען האָט ער באַקומען דעם „מאַנגער־פּריז‟; דעם פּריז פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן „פּען־קלוב‟ און אַן אויסצייכענונג פֿון דער ייִדישער אַגענץ.
ס׳רובֿ פֿון יעלינס פֿריִערדיקע ביכער האָבן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין קאָוונער געטאָ. זײַן לעצט בוך, „אַרבעטן פֿאַר די דײַטשן‟, האָט ער כּמעט פֿאַרענדיקט האַרט פֿאַר זײַן פּטירה אָבער איז פֿאַרבליבן בלויז אַ כּתבֿ־יד אין זײַן הויז אין אַשדוד. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען אַנטדעקט דעם מאַנוסקריפּט און דניאל גלאי, דער דירעקטאָר פֿון „בית־לייוויק‟ האָט געשטרעבט אים צו באַאַרבעטן און אַרויסגעבן.
אויסצוגן פֿונעם בוך זענען נאָך מיט יאָרן צוריק דערשינען אין דער „גאָלדענער קייט‟ און אינעם „פֿאָרווערטס‟. כּדי צו לייענען נאָך אַ טייל דערפֿון, קוועטשט דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
