ווידעאָ: „בס־קול‟ — דער פּאָפּולערסטער יוטוב־ווידעאָ אויף ייִדישWATCH: “Bas Kol” — The Most Watched Yiddish Clip on YouTube
חיים־שלמה מאַיעס׳ ליד איז באַרימט סײַ פֿאַר זײַן פֿאַרכאַפּנדיקן ריטעם, סײַ פֿאַרן ווידעאָ דערפֿון מיט חסידים וואָס מאַכן קאָזשעלקעס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מענטשן וואָס קענען בכלל ניט קיין ייִדיש פֿרעגן מיך עד־היום וועגן דעם „ייִדישן ראַפּ־ווידעאָ מיט די חסידים וואָס מאַכן קאָזשעלקעס‟. מיט דעם מיינט מען, פֿאַרשטייט זיך, חיים־שלמה מאַיעס׳ אומפֿאַרגעסלעכן טאַנץ־שלאַגער „בס־קול‟, וואָס איז אַרויס די וואָך מיט פֿיר יאָר צוריק.
מער ווי אַלע אַנדערע חסידישע ווידעאָס, האָט אָט דער „קליפּ‟ אויסגענומען בײַם ברייטן עולם איבער גאָר דער וועלט. פֿאַר וואָס? די מוזיק, איז, אַוודאי, זייער צוציִיִק, אָבער מער פֿון דעם מיין איך, אַז מענטשן מחוץ דער חסידישער וועלט זענען געווען איבערראַשט צו זען, ווי אַ גרופּע חסידישע מענער טאַנצן פֿאַר פֿרייד און מאַכן קאָזשעלקעס צום טאַקט פֿון אַ ראַפּליד. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿאַר די וואָס קענען די חסידישע וועלט איז אַזאַ סצענע ווײַט ניט קיין אומדערוואַרטע, נאָר פֿאַר אַ סך צוקוקער איז עס געווען אַ חידוש.
ווידעאָס וואָס ווײַזן ווי מענטשן טאַנצן פֿאַר פֿרייד אָן שום זאָרג וועגן דעם וואָס אַנדערע וועלן טראַכטן דערפֿון זענען בכלל זייער פּאָפּולער אויף יוטוב. עס דערקוויקט דאָס האַרצן צו זען אַזאַ סצענע, ניט געקוקט אויף דעם, ווער עס טאַנצט און פֿון וואָס פֿאַר אַ לאַנד די טענצער קומען. און מיט אַזאַ מוזיק ווי מאַיעס׳ „בס־קל‟ גלוסט מען שטאַרק צו טאַנצן. ביז אַהער האָבן מער ווי 1.7 מיליאָן מענטשן געזען דעם ווידעאָ אויף יוטוב.
מאַיעס האָט אַרויסגעלאָזט אַ ריי אַנדערע לידער במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר, צווישן זיי — אַ ייִדישער נוסח פֿון דזשאָסטין ביבערס אַ ליד און אַ צווייטער — פֿון סײַמאָן און גאַרפֿאָנקלס „דער קלאַנג פֿון שטילקייט‟. כאָטש זיי זענען אויך געווען פּאָפּולער, זענען זיי ווײַט ניט קיין גרויסע שלאַגערס ווי „בס־קול‟.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief