אינטענסיווער קורס אין הײַנטיקן ייִדיש און חסידישער קולטורIntensive Course In Contemporary Yiddish and Hasidic Culture
די תּל־אָבֿיבֿער פּראָגראַם איז געצילעוועט אויף מיטנדיקע און אַוואַנסירטע ייִדיש־רעדער.

Image by Getty Images
דעם פֿרילינג וועט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַן אינטענסיווע ייִדיש־פּראָגראַם פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע ייִדיש־קענער וואָס וועט באַטאָנען דאָס גערעדטע ייִדישע לשון בײַ די הײַנטיקע חסידישע קרײַזן אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל.
דער קורס, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער אָרגאַניזאַציע „יונג־ייִדיש‟, בשותּפֿות מיטן לאָנדאָנער „אוניווערסיטי־קאַלעדזש‟, וועט פֿאָרקומען פֿונעם 10טן ביזן 16טן מײַ 2020.
ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן די אָנטיילענעמער הערן רעפֿעראַטן פֿון מענדי כּהנא, דער גרינדער פֿון „יונג־ייִדיש‟, וועגן דער הײַנטיקער חסידישער וועלט; אַרבעטן מיט די ביכער אין „יונג־ייִדיש‟ און זיך באַטייליקן אין שפּראַכקלאַסן. מע וועט אויך פֿאָרן אויף דער באַרימטער ל׳׳ג־בעומר־פֿײַערונג אין מירון, פֿאַרברענגען אַ שבת אין איינעם און געניסן פֿון קולטורעלע אָוונטן, אַרײַנגערעכנט אַ חסידישן בדחן.
די פּראָגראַם קאָסט 1,800 שקלים. פֿאַראינטערעסירטע בעט מען אַרײַנשיקן אַ דערקלערונג אויף ייִדיש וואָס גיט צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס מע וויל אָנטייל נעמען אין דער פּראָגראַם. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
