„ייִדיש־ליגע‟ באַשטימט נײַעם דירעקטאָר און נײַעם שעף־רעדאַקטאָרLeague for Yiddish Selects New Director and New Editor-in-Chief
זיי וועלן פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון ד״ר שבֿע צוקער וואָס האָט במשך פֿון 15 יאָר געדינט אין ביידע פּאָזיציעס

Image by League for Yiddish
נאָך 15 יאָר ווי דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ און ווי דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר פּובליקאַציע, „אויפֿן שוועל‟, וועט ד׳׳ר שבֿע צוקער אין יאַנואַר 2020 זיך פּענסיאָנירן.
איר אָרט וועלן פֿאַרנעמען צוויי באַקאַנטע קולטור־טוער אויפֿן געביט פֿון ייִדיש: נח באַרעראַ וועט ווערן דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע און ד׳׳ר מרים טרין וועט דינען ווי די רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל‟.
נח באַרעראַ האָט במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר געלערנט ייִדיש־קלאַסן בײַ דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם א״נ אוריאל ווײַנרײַך און בײַם אַרבעטער־רינג, וווּ ער קאָאָרדינירט די שפּראַכקורסן. ער איז אויך אַ שרײַבער (זײַנע אַרטיקלען און דערציילונגען זענען שוין דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟) און אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש. עס וועט באַלד אַרויס אין זײַן ענגלישער איבערזעצונג אַבֿרהם רעכטמאַנס בוך „ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר: זכרונות פֿון דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע אָנגעפֿירט פֿון ש. אַנ־סקי‟.
ד׳׳ר מרים טרין איז אַ באַקאַנטע ייִדיש־לערערין און פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון דער פּאָעזיע, וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן. אַחוץ אירע אַקאַדעמישע טעטיקייטן פֿירט זי אָן מיט אַ צאָל ליטעראַרישע פּראָיעקטן און האָט רעדאַקטירט אַ צאָל אויסגאַבעס אויף מאַמע־לשון, אַרײַנגערעכנט עטלעכע קינדערביכלעך וואָס זי האָט איבערגעזעצט פֿון דײַטשיש. צוזאַמען מיט איר מאַן אליעזר ניבאָרסקי פֿירט זי אָן מיט דער ישׂראלדיקער ייִדיש־אָרגאַניזאַציע „יאָ‟, וואָס גיט ייִדיש־קלאַסן און האַלט אין אָרגאַניזירן אַ ייִדיש־סוף־וואָך.
די „ייִדיש־ליגע‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1979 דורך ד׳׳ר מרדכי שעכטער. איר אָרגאַן, „אויפֿן שוועל‟, האָט זי געירשנט פֿון איר פֿאָרגייערין, די טעריטאָריאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, „פֿרײַלאַנד־ליגע‟. צווישן אַנדערע טעטיקייטן אָרגאַניזירט די „ייִדיש־ליגע‟ טאָג־לאַנגע סעמינאַרן אויף ייִדיש געווידמעט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור און פֿירט אָן מיטן נײַעם דיגיטאַלישן נוסח פֿונעם ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך. זי שאַפֿט אויך לערנביכער, פֿילמען און אַלבאָמען פֿון ייִדישע לידער.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief