„שלום־עליכם־צענטער‟ זאַמלט געלט אויף נייטיקן דאַך־רעמאָנטSholem Aleichem Center Raising Money for Essential Roof Renovation
די הוצאָות פֿון בויען אַ נײַעם דאַך וואָלטן באַנקראָטירט די אָרגאַניזאַציע און געבראַכט אַ סוף צו אירע אָנגעזעענע אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
„גוואַלד!‟
אַזוי האָט געשריבן ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן בײַם לאָזן וויסן דעם עולם אויף פֿייסבוק, אַז דער לאָקאַל פֿונעם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס מוז באַקומען אַ נײַעם דאַך.
כּדי צו קענען באַצאָלן דעם נייטיקן רעמאָנט האָט מען לעצטנס לאַנצירט אַ קאַמפּאַניע דורך GoFundMe צו שאַפֿן $20,000. ביזן 25סטן נאָוועמבער האָט מען געזאַמלט אַרום 900$. אין זײַן באַשרײַבונג פֿון דער קאַמפּאַניע, גיט גאָטעסמאַן איבער אַז אָן דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿונעם ברייטן עולם וועט דער „שלום־עליכם־צענטער‟ באַנקראָטירן.
דער לאָקאַל אויף ביינברידזש־עוועניו, וואָס דינט שוין 61 יאָר ווי אַ ייִדישער קולטור־צענטער, איז הײַנט צווישן די איינציקע ערטער מחוץ דער חסידישער וועלט, וווּ מע קען רעגלמעסיק הערן אַ רעפֿעראַט אויף מאַמע־לשון. אַחוץ זײַנע חודשלעכע פּראָגראַמען, אָרדנט דער „שלום־עליכם־צענטער‟ אײַן אַ וועכנטלעכן שמועסקרײַז און אַ יערלעכן קלעזמער־פֿעסטיוואַל.
דער בנין איז דער אַמאָליקער לאָקאַל פֿון דער „שלום־עליכם־פֿאָלקסשול 21‟, וווּ גאָטעסמאַן און אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס האָבן קינדווײַז זיך באַקענט מיט די מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און מיט דער ייִדישער געשיכטע — אַלץ אויף ייִדיש.
אַחוץ הונדערטער ייִדישע ביכער געפֿינען זיך אינעם בנין צענדליקער אוניקאַלע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט ריזיקע בילדער פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
