„יד ישׂראל באמצע, אַן אייגענער איז שולדיק‟, זאָגן ייִדן וועגן שטעכערײַ אין מאָנסי“It Was An Inside Job”: Rumors Abound After Stabbing In Monsey
לויט איין טעאָריע האָט דער טאַטע פֿון אַן עגונה פּלאַנירט דעם מאָרד פֿונעם איידעם, נאָר דער געדונגענער מערדער האָט צעשטאָכן דעם פֿאַלשן מענטשן.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש דאָ.
מאָנסי, נ״י. — מיט אַ וואָך צוריק האָט מען צווישן די ייִדן אין ראָקלאַנד־קאַונטי, נ״י אָפֿט געהערט די ווערטער, „שׂינאה־אַטאַק‟.
אַ ביסל פֿאַר זעקס אַ זייגער פֿאַרטאָג, מיטוואָך, דעם 20סטן נאָוועמבער, איז אַ מאַן אין מאָנסי אַרויסגעשפּרונגען פֿון אַן אויטאָ און ברציחה צעשטאָכן אַ ייִד אויפֿן וועג צו שחרית, אַפֿילו אין אויג אַרײַן. כאָטש אַזוינע בלוטיקע, כּלומרשט אַנטיסעמיטישע אַטאַקן זענען לעצטנס פֿאָרגעקומען אין די פֿרומע געגנטן פֿון ברוקלין, זאָגן אַלע אַז אין מאָנסי זעט מען דאָס נישט.
ביז זונטיק האָט מען שוין געשושקעט אַ גאָר אַנדערע זאַך: „יד ישׂראל באמצה‟ — דאָס האָט אַ ייִד אָפּגעטאָן.
אין דעם ייִשובֿ פֿון בערך 22,000 ייִדן, האָבן די פֿאַקטן און די השערות זיך ווילד פֿאַרשפּרייט דורך די „וואַטסעפּ‟ שמועס־גרופּעס דאָ אין מאָנסי. דאָס וואָס די פּאָליציי האָט ביז אַהער בכלל נישט דערהײַנטיקט די נײַעס האָט נאָך מער צעפֿלאַקערט די פֿלאַמען.
לויט די שמועות וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט, איז דער אַטאַק פֿאַרבונדן מיט אַ נישט־געלונגענעם זיווג, אַ טעות בײַם אידענטיפֿיצירן דעם געזוכטן מענטשן און אַן אונטערגעצונדענעם אויטאָ.
„מיר גייט נישט אָן אויב איינער פֿון די משוגענע קלאַנגען איז טאַקע אמת,‟ האָט דערקלערט רבֿקי פֿײַנער, די אָנפֿירערין פֿון אַ קאָנסולטיר־גרופּע און אַ לאַנגיאָריקע אײַנוווינערין פֿון מאָנסי. „איך וויל זיי זאָלן אים כאַפּן, מאַכט נישט אויס וועס עס איז.‟
די קלאַנגען האָבן שוין אָנגעהויבן פֿליִען נאָך פֿאַר ליכטבענטשן פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק. לויט די אײַנוווינער האָבן אַ סך מענטשן אין מאָנסי בלויז גערעדט וועגן דער טראַגעדיע, וועגן אַ מעגלעכן מאָטיוו אין דעם אַטאַק און וועגן דעם געזונט־מצבֿ פֿונעם צעשטאָכענעם. די פֿרומע מעדיאַ קוואַלן האָבן איבערגעגעבן אַז נאָך עטלעכע אָפּעראַציעס האָט זײַן מצבֿ זיך סטאַביליזירט.
„יד ישׂראל באמצע, דאָס האָט זיכער אַן אייגענער אָפּגעטאָן,‟ האָט הערשי, אַ 52־יאָריקער ייִד, באַמערקט, בײַם אַרײַנלייגן זײַן שפּײַזוואַרג אין באַגאַזשניק פֿון זײַן אויטאָ. „נישטאָ קיין ספֿק.‟
מרים, וואָס איז 33 יאָר אַלט און וווינט אינעם שכנותדיקן שטעטל ערמאָנט, האָט געזאָגט אַז ווען זי האָט זיך אַריבערגעצויגן אַהין, „האָט מען געזאָגט אַז ס׳איז אַזוי זיכער דאָ, מע דאַרף נישט פֿאַרשליסן די טירן. איצט בין איך שוין נישט אַזוי זיכער.‟
דער געליטענער, וועמעס נאָמען מע האָט נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, איז געווען אויפֿן וועג צו שחרית אינעם שיינעם גרויסן בית־מדרש „טאַשנאַד‟, וואָס געפֿינט זיך אין דעם „אַלטן מאָנסי‟, האָט פֿײַנער דערקלערט — אַ געגנט וווּ עס שטייען סײַ הײַזער געבויט אין די 1950ער און 60ער יאָרן, סײַ פֿיל־משפּחהדיקע קאָנדאָס וואָס האָבן זיך צעוואָקסן ווי שוואָמען אין די לעצטע יאָרן כּדי נאָכצוקומען די פֿאָדערונג נאָך מער וווינונגען פֿאַר דער וואַקסנדיקער חסידישער קהילה.
„טאַשנאַד‟ איז נישט בלויז אַ בית־מדרש, נאָר האָט אויך אַ באַנקעטזאַל פֿאַר חתונות און קנסמאָלן („וואָרט‟־פֿײַערונגען).
העשי, 24 יאָר אַלט, האָט געזאָגט אַז ער האָט געלייענט אויף סאָציאַלער מעדיאַ אַז דאָס האָט אַ רײַכער ייִד, אפֿשר אַ יוּווילער, אַראַנזשירט דעם אַטאַק נאָך דעם ווי זײַן איידעם האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון גטן זײַן טאָכטער, און דערבײַ זי פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַגונה. דער גבֿיר האָט כּלומרשט געדונגען אַ גוי צו דערהרגענען זײַן איידעם אָבער דער געדונגענער מערדער האָט על־פּי־טעות צעשטאָכן דעם איידעמס שכן.
„דאָס איז די קאָנספּיראַציע,‟ האָט העשי געזאָגט. „איך ווייס אַליין נישט וואָס איז אמת. מיט דער צײַט וועלן מיר שוין וויסן.‟
בשעת העשי האָט גערעדט, איז אַ מיטליאָריקער ייִד אַראָפּגעקומען די טרעפּ פֿונעם הויפּט־אַרײַנגאַנג בײַ „טאַשנאַד‟. דער עלטערער ייִד האָט נישט גערעדט קיין ענגליש און געפֿרעגט העשי, אויף ייִדיש, וואָס ער טוט. ווען העשי האָט אים געענטפֿערט, האָט ער עטלעכע מאָל איבערגעחזרט: „יד ישׂראל באמצע‟ — אַן אויסדרוק פֿון דער גמרא וואָס איז אָפֿט באַניצט אין די היימישע קרײַזן אין שײַכות מיט אַ ייִד וואָס איז פֿאַרמישט אין אַ לינקן געשעפֿט.
דער עלטערער ייִד איז געבליבן געפּלעפֿט. „יד ישׂראל באמצע?‟ האָט ער איבערגעפֿרעגט.
אַנדערע וואָס זענען דעמאָלט אַרײַנגעקומען אין „טאַשנאַד‟ דאַווענען מינחה האָבן געהאַט געלייענט די זעלבע „צוויטן‟ (tweets) פֿאַרשפּרייט דורך וואַטסעפּ און געהערט די זעלבע קלאַנגען.
„ווי עס זעט אויס איז עס נישט געווען קיין שׂינאה־פֿאַרברעכן,‟ האָט יוסף, 23 יאָר אַלט געזאָגט.
ווען מע האָט ערשט געמאָלדן וועגן דעם אַטאַק האָט עס טאַקע אויסגעזען ווי אַן אַנטיסעמיטישער אַקט. אַ 30־יאָריקער לערער איז צעשטאָכן געוואָרן, אויף דער זעלבער גאַס ווי זײַן שיל. לויט די עדות איז דער אַטאַקירער פֿאַר דעם, אַ פּנים, אַרומגעפֿאָרן איבער דער געגנט, גלײַך ווי ער וואָלט געזוכט אַ פֿרומען ייִד צו באַפֿאַלן.
די אַנטי־דאַפֿאַמאַציע־ליגע האָט תּיכּף געמאָלדן אַ באַלוינונג פֿון 10,000$ נאָך אינפֿאָרמאַציע וואָס דערפֿירט צום אַרעסט פֿונעם באַפֿאַלער. יענעם טאָג האָט דער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ אַנאָנסירט אַז ער האָט באַפֿוילן די שׂינאה־פֿאַרברעכנס־קאָמיסיע פֿון דער שטאַט־פּאָליציי צוצוהעלפֿן מיט דער אויספֿאָרשונג.
אַ צאָל עסקנים, אָרטיקע תּושבֿים און אַנדערע וואָס האָבן נאָכגעפֿאָלגט די מחלוקתן וואָס קומען לעצטנס פֿאָר אין שײַכות מיט דער פֿאַרגרעסערונג פֿון די חרדישע קהילות אין ראָקלאַנד־קאַונטי, האָבן געזאָגט אַז דער אַטאַק איז געווען שאָקירנדיק אָבער נישט קיין איבערראַשונג.
אין אויגוסט האָט די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי דאָ אַרויסגעלאָזט אַ רעקלאַמע מיטן קעפּל, „אַ שטורעם דערנענטערט זיך‟, וואָס האָט באַשולדיקט אַן אָרטיקן געזעץ־געבער, אַהרן ווידער, וועלכער איז אויך אַ חסיד, אין העלפֿן פֿרומע ייִדן „איבערנעמען‟ דעם ראַיאָן, און במילא שטעלן אין סכּנה „אונדזערע היימען, אונדזערע משפּחות, אונדזערע שולן, אונדזערע ייִשובֿים, אונדזער וואַסער, אונדזער לעבן־שטייגער‟.
דזשיימס פֿאָולי, אַ נײַ־דערוויילטער געזעץ־געבער אינעם ראַיאָן, האָט בעת זײַן קאַמפּאַניע אויפֿגעהאָנגען טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער: „בלאָקירט דעם בלאָק‟ — אַ רמז אויף די חסידים וואָס שטימען געוויינטלעך ווי אַ פֿאַראייניקטן בלאָק פֿאַרן זעלבן קאַנדידאַט — ניצנדיק די ווערטער „דער ראַמאַפּאָ־מאַפֿיאַ‟. אין דער זעלבער צײַט האָבן זיך באַוויזן ווילד אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ, האָבן די אײַנוווינער געזאָגט.
סײַ דאָס סײַ די אָנגייענדיקע אַטאַקן אויף פֿרומע ייִדן אין ברוקלין, האָט מען אויסגעטײַטשט ווי אַ באַווײַז אַז די חסידים וועלן דאָ אויך באַלד ווערן אַ ציל פֿון שׂינאה־פֿאַרברעכנס, האָט פֿײַנער געזאָגט.
„ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אין אייראָפּע, דערנאָך ברוקלין, און צום באַדויערן האָט זיך עס שוין אויך אַרײַנגעגנבֿעט אין מאָנסי,‟ האָט זי געזאָגט. „דערפֿאַר איז מען געקומען צו אַזאַ אויספֿיר.‟
נאָך דעם ווי די אָרטיקע פּאָליציי האָבן מיטוואָך געמאָלדן אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אַז עס זעט נישט אויס ווי קיין שׂינאה־פֿאַרברעכן זענען געוויסע אָבסערוואַטאָרן געבליבן צעטומלט און אַנדערע האָבן, דורך קאָמענטאַרן אין דער חסידישער ייִדישער פּרעסע, אויסגעדריקט כּעס אין שײַכות מיט דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטאַק.
ערשט דעמאָלט האָבן זיך באַוויזן די קלאַנגען: אַז עמעצער האָט זיך פֿאַרשטעלט ווי פּאָליציאַנטן און ווי מיטגלידער פֿון די „חבֿרים פֿון ראָקלאַנד‟, אַן אָרטיקע
וואָלונטיר־אָרגאַניזאַציע פֿון גיכער הילף, און אַז ער האָט געפּרוּווט אָפּצוּווישן די ווידעאָס פֿון דעם אַטאַקירערס אויטאָ וואָס זענען פֿילמירט געוואָרן דורך פּריוואַטע זיכערהייט־קאַמערעס.
דערנאָך, ציטירנדיק ווידעאָס וואָס זענען כּלומרשט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן פֿון דער ראַמאַפּאָ־פּאָליציי, האָט די חסידישע סאָציאַלע מעדיאַ אידענטיפֿיצירט דעם אויטאָ ווי אַ „האָנדאַ פּײַלאָט עס־יו־ווי‟.
שבת־צו־נאַכטס האָט מען געשטעלט אויף פֿייסבוק אַ ווידעאָ פֿון אַ „האָנדאַ פּײַלאָט‟ אין פֿלאַמען אויף אַ גאַס אין אַ נישט־ייִדישער געגנט פֿון ספּרינג־וואַלי, אַ שטעטל פּונקט לעבן מאָנסי. עמעצער האָט דערנאָך געצוויטערט אַז יענער „האָנדאַ פּײַלאָט‟ ווערט געזוכט פֿון דער פּאָליציי. שפּעטער האָט זיך צעשפּרייט דורך וואַטסעפּ אַ בילד פֿון אַן אָפּגעברענטן שוואַרצן „עס־יו־ווי‟, ליגנדיק אויף אַ פּלאַטפֿאָרמע־אויטאָ — האָט מען דאָס דערזען ווי אַ באַווײַז אַז דער אויטאָ איז שוין אונטערן רשות פֿון דער פּאָליציי.
„זיי קענען נישט ביידע זײַן אמת,‟ האָט דערקלערט יוסי געסטעטנער, מיטגרינדער פֿונעם „ראַט פֿון אָרטאָדאָקסישע עפֿנטלעכע ענינים‟, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַקעמפֿט נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן פֿרומע ייִדן, ניצנדיק מלוכישע דאָקומענטן און דעמאָגראַפֿישע סטאַטיסטיק. „עס קען נישט זײַן אַז דאָס איז דער ׳האָנדאַ פּײַלאָט׳ וואָס די פּאָליציי פֿאָרשט אויס און גלײַכצײַטיק דער זעלבער אויטאָ וואָס זיצט אין עמעצנס גאַראַזש.‟
זונטיק אין דער פֿרי האָט איינע פֿון די סאָציאַלע מעדיאַ־קאָנטעס וואָס האָבן געהאַט פֿאַרשפּרייט דעם כּלומרשטיקן ווידעאָ פֿונעם „האָנדאַ פּײַלאָט‟ בכלל מבֿטל געווען די פּאָליציי־אויספֿאָרשונג, זאָגנדיק אַז די אויספֿאָרשער „פּרוּוון צונויפֿצושטיקעווען פּרטים וועגן דעם שטעכערײַ אין מאָנסי ווען וואַטסעפּ האָט שוין איבערגעגעבן די גאַנצע געשיכטע — מיט די אמתע נעמען.‟
א שאד די פאליס האבן נישט קיין וואטסעפפ, זיי האלטן אינמיטן צאמקראצן אביסל דיטעילס פין די שטעכעריי אין מאנסי, ווען וואטסעפפ האט שוין ארויס די גאנצע מעשה מיט נעמען.
— Hasidic2 (@hasidic_1) November 24, 2019
די ראַמאַפּאָ־פּאָליציי האָבן תּיכּף פֿאַרדאַמט יענע שמועות. „איך ווייס וועגן אַ סך פֿון די קלאַנגען וואָס דרייען זיך אַרום אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ און צווישן די אײַנוווינער וואָס שייך דעם שטעכערײַ אין מאָנסי,‟ האָט ברעד ווידעל, דער פּאָליציי־שעף געזאָגט אין אַ דערקלערונג וואָס מע האָט זונטיק אַרויפֿגעשטעלט אויף פֿייסבוק. „איך חזר איבער דאָס וואָס איך האָב שוין פֿריִער געזאָגט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ — אַז די ראַמאַפּאָ־פּאָליציי האָט נישט קיין שום לעגאַלן באַווײַז אַז דאָס איז געווען אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן.‟
אַ טעות וואָס איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט וועגן די חסידים איז אַז זיי מײַדן אויס די טעכנאָלאָגיע און די אינטערנעץ. פֿאַרקערט, וואַטסעפּ איז זייער פּאָפּולער דאָ אין מאָנסי און לויט געסטעטנער, האָבן די השערות זיך אַזוי גיך פֿאַרשפּייט בײַ די חסידים אין ראָקלאַנד טאַקע צוליב דעם וואָס די חסידים דאָ האָבן צענדליקער פֿרײַנד, קרובֿים, מיט־דאַווענער און מיטאַרבעטער מיט וועמען זיי קענען זיך טיילן די אינפֿאָרמאַציע.
עס זענען טאַקע דאָ גרופּעס חסידים וואָס פֿאַרדאַמען שטאַרק דאָס באַניצן די סאָציאַלע מעדיאַ,‟ האָט ער געזאָגט. „אַנדערע אָבער געהערן צו שיטות וווּ ס׳איז נישט אַזאַ וויכטיקער ענין. דערפֿאַר פֿליסט די אינפֿאָרמאַציע הין און צוריק כּסדר.‟
ביז מע וועט אָבער נישט אַרעסטירן און פֿאָרמעל באַשולדיקן די פֿאַרברעכע, זיצט די קהילה ווײַטער אויף שפּילקעס.
„פֿון איין זײַט וואָלט טאַקע געווען גוט צו וויסן אַז דאָס איז נישט קיין שׂינאה־פֿאַרברעכן,‟ האָט פֿײַנער געזאָגט און דערנאָך צוגעגעבן: „ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט עס צעשטערט אונדער געפֿיל פֿון זיכערקייט.‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO