אַ דאַנק צו אַלע אונדזערע קעסטל־רעטעניש־שפּילער!Thanks to All Our Crossword Players!
נאָך זעקס חדשים און צוועלף קעסטל־רעטענישן, האָט זיך געענדיקט די סעריע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
נאָך זעקס חדשים און 12 קעסטל־רעטענישן פֿון מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, פֿאַרענדיקן מיר די סעריע, כאָטש אויף דערווײַל.
די רובריק, וואָס מע האָט געשאַפֿן אַ דאַנק אַ ברייטהאַרצטיקן באַשטײַער פֿון אַ מנדבֿ, איז דאָס איינציקע רעגולערע קעסטל־רעטעניש רובריק אַזאַ, וואָס איז דערשינען אויף ייִדיש שוין לאַנגע יאָרן.
מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט און די טעכנישע מיטאַרבעטער בײַם פֿאָרווערטס זוכן דערווײַל אַן אופֿן ווי צו דיגיטאַליזירן די רעטענישן, מע זאָל זיי קענען אויספֿילן גלײַך אויפֿן עקראַן אָן דעם, אַז מע זאָל זיי דאַרפֿן אָפּדרוקן. מע באַטראַכט אויך פֿאַרשידענע מעגלעכקייטן ווי אַזוי צו פֿאַרשפּרייטן די 12 קעסטל־רעטענישן ווי אַן איינהייט, אפֿשר ווי אַ דיגיטאַליש ביכל (e-book), אין איינעם מיט די לייזונגען, אָדער ווי אַ ביכל וואָס מע קען אָפּדרוקן. טאָמער האָט איר אַן אָפּרוף צי עצה וועגן דעם, פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז דורכן שרײַבן [email protected].
דערווײַל קען מען געפֿינען אַלע קעסטל־רעטענישן און לייזונגען וואָס זענען ביז אַהער דערשינען אָט דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
