סטודענטן ווערן פֿאַרבעטן צו ייִדיש־דיסקוסיעס אין העברעיִשן אוניווערסיטעטGrad Students Invited To Yiddish Discussions At Hebrew University
גראַדויִר־סטודענטן וועלן קענען רעדן מיט פּראָפֿעסאָרן וועגן זייערע פֿאָרשפּראָיעקטן אויף מאַמע־לשון.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים (קאַמפּוס הר־הצופים, מאַנדעל־בנין 521) וועט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש פֿון דאָקטאָראַנטן און גראַדויִר־סטודענטן, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, מיטן פּראָפֿעסאָר צירל קוזניץ פֿונעם באַרד־קאָלעדזש (ניו־יאָרק) בראָש. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אינעם גערעם פֿונעם נײַעם פּראָיעקט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, „ייִדיש־פֿאָרשונגס קאָלאָקוויִום‟, קאָאָרדינירט פֿון דיאַנאַ שאַפּיראַ.

מיטגלידער פֿון דער טערמינאָלאָגישער קאָמיסיע בײַם “ייִוואָ”. דאָס בילד האָט געמאַכט דער פֿאָטאָגראַף משה וואָראָבייטשיק Image by Courtesy: Prof. Cecile E. Kuznitz
ד״ר קוזניץ וועט דורכפֿירן אַ וואַרשטאַט אויף ייִדיש און רעפֿערירן אויף ענגליש אויף דער טעמע: “אויפֿקום פֿון מאָדערנער ייִדישער וויסנשאַפֿט און געשיכטע פֿון ייִוואָ„.
במשך פֿון די קומענדיקע חדשים ווערן פּלאַנירט אַ לעקציע פֿון ד״ר חוה טורניאַנסקי „ייִדיש און העברעיִש — צוויי שפּראַכן פֿון איין קולטור” און אַ רעפֿעראט פֿון דער דאָקטאָראַנטין יעל לוי „אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם צווייטן העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט‟.
אינעם פּראָיעקט באַטייליקן זיך ייִדיש־פֿאָרשערס און סטודענטן אויך פֿון אַנדערע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, כּדי זיי זאָלן אויך קענען געניסן פֿון אַן אומפֿאָרמעלער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה אויף ייִדיש, און דערבײַ זיך באַקענען מיט אַנדערע פֿאָרשער און זיך אויסטוישן מיט אידעען און דערפֿאַרונג.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
