פּרעכטיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון חנוכּה אין מאה־שעריםStunning Photographs of Hanukkah in Meah Shearim
אַן אויסשטעלונג פֿון אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַס ווערק וועט זײַן אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ סוף־דעצעמבער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ אָרגאַניזירט מען אַן אויסשטעלונג פֿון חנוכּה פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿון דער פּוילישער פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ.
אַ קבלת־פּנים פֿאַר דער אויסשטעלונג „חנוכּה אין מאה־שערים‟ וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 22סטן דעצעמבער, 5:30 אין אָוונט בײַם ייִדישן Y אויף דער 14טער גאַס אין מאַנהעטן. 5:30 וועט מען אָנצינדן אַ חנוכּה־לאָמפּ בציבור און 6:30 וועט מען אָנהייבן דעם קבלת־פּנים גופֿא. די פּראָגראַם האָט אײַנגעאָרדנט דער „ניו־יאָרקער אינסטיטוט פֿון פּוילישער קולטור‟.
די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מאה־שערים חנוכּה־צײַט זענען אַראָפּגענומען געוואָרן במשך פֿון די יאָרן 2014־2018. טאָמער קען מען ניט קומען אויפֿן קבלת־פּנים אָבער מע וויל זען די אויסשטעלונג, קען מען זי זען אינעם פֿאָיע פֿונעם ייִדישן Y ביזן 20סטן יאַנואַר.
די פּוילישע פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרומע ייִדישע מענער. ווי אַזוי קומט עס, אַז אַ ניט־ייִדישע פֿרוי זאָל זיך ספּעציאַליזירן אין פֿאָטאָגראַפֿירן חסידישע מענער? ווי זי האָט דערקלערט אין ברכה פֿינקעלשטיינס פּראָפֿיל פֿון איר, דערשינען אינעם פֿאָרווערטס אין 2018, איז עס דווקא אַ מאָל אַ מעלה צו האָבן אַ ניט־ייִדיש פּנים בײַם פֿאָטאָגראַפֿירן פֿרומע ייִדן.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief