ווידעאָ: חוה אַלבערשטיין זינגט „מײַן שוועסטער חיה‟WATCH: Chava Alberstein Sings “My Sister, Chaya”
זעט ווי הדסה קעסטין, חוה אַלבערשטיין און דזשיין פּעפּלער שטעלן פֿאָר בינעם העלערס ליד.

Image by Getty Images
דער פּאָעט בינעם העלער האָט אָנגעשריבן זײַן ליד „מײַן שוועסטער חיה‟ צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון זײַן דערמאָרדערטער שוועסטער.
ס׳איז געוואָרן באַרימט נאָך דעם, וואָס די ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין האָט געשריבן מוזיק צו באַגלייטן דאָס ליד און האָט עס רעקאָרדירט אויף אַן אַלבאָם צוזאַמען מיט די „קלעזמאַטיקס‟.
חוה אַלבערשטיין האָט פּערזענלעך געקענט דעם פּאָעט בינעם העלער און אַ סך אַנדערע ייִדישע דיכטער, וואָס האָבן געוווינט אין ישׂראל. אין 1995 האָט זי , צוזאַמען מיטן רעזשיסאָר נדבֿ לעוויטאַן אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די דיכטער, אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „צו פֿרי אַנטשטומט צו ווערן, צו שפּעט צו זינגען‟. אין אַ רירנדיקער סצענע פֿונעם פֿילם, וואָס ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער האָט אַרויסגעשטעלט אויף זײַן „יוטוב‟־קאַנאַל, לייענט העלערס פֿרוי, די אַקטריסע הדסה קעסטין פֿאָר „מײַן שוועסטער חיה‟. זי זיצט צוזאַמען מיט איר מאַן, וואָס הערט זיך צו און זעט אויס פֿאַרטראַכט.
און אָט זינגט דזשיין פּעפּלער דאָס ליד. אויפֿן גיטאַר באַגלייט זי באָב וואַסיל:
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
