פּראָגראַם לזכר פּסח פֿישמאַן אין בראָנקסProgram in memory of Yiddish Teacher Pesach Fiszman in the Bronx
דוד בראַון און חוה לאַפּין וועלן זיך טיילן מיט זייערע זכרונות פֿונעם באַליבטן ייִדיש־לערער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיט 11 יאָר צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַליבטער ייִדיש־לערער פּסח פֿישמאַן, וואָס האָט געלערנט הונדערטער סטודענטן און ייִדיש־לערער אין אַמעריקע, אַרגענטינע, אייראָפּע און ישׂראל. פֿישמאַן געדענקט מען סײַ ווי אַן איבערגעגעבענעם לערער, סײַ ווי אַ גרויסן קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס האָט געהאַט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר הומאָר דערצו.
זונטיק, דעם 26סטן יאַנואַר, וועט די לאַנגיאָריקע ייִדיש־לערערין, חוה לאַפּין און דער דירעקטאָר פֿונעם „שלום־עליכם צענטער‟ דוד בראַון, איבערגעבן זייערע זכרונות וועגן אים. מע וועט אויך ווײַזן זעלטענע ווידעאָס, וואָס שילדערן ווי פֿישמאַן לערנט און לייענט פֿאָר לידער אויף דער בינע.
אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט מײַדאַ פֿײַנגאָלד זינגען אַ קראַנץ לידער.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1:30 נאָך מיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „שלום־עליכם־צענטער‟ און 5$ פֿאַרן ברייטן עולם.
מע קען, דרך־אַגבֿ, זען אַ פּאָר ווידעאָס פֿון פּסח פֿישמאַן אויף יוטוב. אינעם ערשטן, מאַכט ער אַ שטיקל סטענדאַפּ וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ ייִדיש־לערער.
און אָט קען מען זען אַ ווידעאָ פֿון אַ רעפֿעראַט, וואָס ער האָט געהאַלטן אין אָקספֿאָרד אין 1999, אין וועלכן ער האָט גערעדט וועגן די ווערק פֿון איציק מאַנגער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
