Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעקMemories of the YIVO library

דרײַ פֿאָרשער דערציילן ווי אַזוי די ייִוואָ־ביבליאָטעקאַרן זענען תּמיד געווען אַן אייגנאַרטיקער מקור פֿון וויסן.

נאָך דעם וואָס דער ייִוואָ האָט אָפּגעזאָגט אַלע זײַנע ביבליאָטעקאַרן, האָט דער פֿאָרווערטס געבעטן אַ ריי פֿאָרשער איבערצוגעבן זייערע זכרונות פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעק. אַכט האָבן זיך אָפּגערופֿן. אָט איז אַן אויסקלײַב פֿון זייערע ענטפֿערס אויף ייִדיש. די אַלע אַנעקדאָטן קען מען לייענען אויף ענגליש דאָ.

„איר וועט באַלד זען עפּעס אויסערגעוויינטלעכס‟

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר האָב איך ווי אַ טייל פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם געלערנט אַ קורס, „פֿאָרש־מעטאָדן פֿאַרן ייִדיש־לימוד‟, אין וועלכן איך באַקען די סטודענטן מיט די אוצרות פֿון די ייִוואָ־זאַמלונגען. יעדעס מאָל האָב איך געבעטן בײַ דער ביבליאָטעקאַרין ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ אַ לאַנגע רשימה רעפֿערענץ־ביכער — זעלטענע סאָוועטישע ייִדישע ביכער, ווייניק באַקאַנטע ווערטערביכער פֿון ייִדישע טאָפּאָנימען און ביבליאָגראַפֿיעס וואָס מע האָט קיינמאָל ניט פּובליקירט און וואָס מע קען געפֿינען בלויז בײַם ייִוואָ.

ווי פֿאַרנומען שאָלאָקאָווע (בעסער באַקאַנט ווי מילאַ) זאָל ניט האָבן געווען, איז זי תּמיד אַרויסגעקומען פֿון איר ביוראָ צום לייענזאַל, און פֿון דאָרט — צו די ביבליאָטעק־פּאָליצעס, כּדי צו זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר אונדז. דערנאָך האָט זי צוגעפֿירט די אוצרות אין אַ וועגעלע און זיי אונדז איבערגעגעבן מיט אַ שמייכל.

פֿרומע מאָרער, אַן אַרכיוויסטקע, איז אויך פֿון צײַט צו צײַט קומען צו אונדז מיט אַ וועגעלע חפֿצים ווי, למשל, הערצלס טאָגבוך, בריוו אָנגעשריבן פֿון אַלבערט אײַנשטיין און פּשוטע העפֿטלעך פֿון קינדער, וואָס האָבן זיך געלערנט מאַטעמאַטיק אויף ייִדיש.

בײַם צוברענגען אונדז די זאַכן האט זי אָפֿט געזאָגט די סטודענטן: „איר וועט באַלד זען עפּעס אויסערגעוויינטלעכס,‟ און זי איז טאַקע געווען גערעכט.

איך האָב אָבער שטענדיק געזאָגט די סטודענטן אַז פֿון אַלע מקורים וואָס מע קען געפֿינען אין ייִוואָ, איז דער חשובֿסטער דווקא דער פּערסאָנאַל, וואָס פֿאַרמאָגט אַזוי פֿיל וויסן און דערפֿאַרונג — אַ זאַך וואָס מע קען נישט געפֿינען אין קיין שום בוך אָדער וועבזײַט.

צירל קוזניץ (פּראָפֿעסאָר — „באַרד־קאַלעדזש‟, אַקאַדעמישער בעל־יועץ צום „מאַקס ווײַנרײַך־צענטער‟ בײַם ייִוואָ)

אַ בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל

מיט בערך 18 חדשים צוריק בין איך געפֿאָרן מיט אַ גרופּע אַקאַדעמיקער אויף אַ קאָנפֿערענץ אין ווילנע. דער פֿאַרכאַפּנדיקסטער טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ איז נישט געווען די רעפֿעראַטן, נאָר אונדזער וויזיט אין דער ווילנער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וווּ עס גפֿינען זיך אַ צאָל דאָקומענטן פֿון ייִוואָס ערשטע זאַמלונגען. די אויסערגעוויינטלעכע ביבליאָטעקאַרין דאָרט, לאַראַ לעמפּערטיענע, האָט צוגעגרייט אַ קליינע אויסשטעלונג פֿאַר אונדזערטוועגן, און צווישן די דאָקומענטן איז געווען מאַרק שאַגאַלס בריוו, אויף רוסיש, וווּ ער גיט זײַן הסכּמה זיך אָנצושליסן אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער ערשט געשאַפֿענער ייִוואָ.

דער ייִװאָ אָן ביבליאָטעקערס איז אַ קנאַפּער ייִװאָ.

דבֿורה ליפּסטאַדט, פּראָפֿעסאָר פֿון מאָדערנער געשיכטע און חורבן־שטודיעס, עמאָרי־אוניווערסיטעט

„די ירידה פֿון ביזמאַרקס אייראָפּעיִשע אָרדענונג‟

אין בערך דעם יאָר 1978, ווען דער ייִוואָ איז נאָך געווען אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, בין איך איין מאָל געווען אינעם לייענזאַל ווען דער לעגענדאַרער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט דזשאָרדזש קענאַן איז געקומען אויף אַ וויזיט. ער האָט דעמאָלט געהאַלטן בײַם שרײַבן זײַן בוך „די ירידה פֿון ביזמאַרקס אייראָפּעיִשער אָרדענונג: די פֿראַנצייזיש־רוסישע באַציִונגען, 1875־1890‟ (פּובליקירט אין 1979), און האָט געזוכט מקורים וועגן אַ גאָר קאָנסערוואַטיוון משומד, דעם פּסיכאָלאָג עליע דע סיאָן (1843־1912), וואָס איז געבוירן געוואָרן אין טעלז, ליטע.

קענאַן איז אַ האַלבע שעה לאַנג געזעסן מיט דינה אַבראַמאָוויטש, די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין בײַם ייִוואָ פֿון 1962 ביז 1987. זי האָט אים רעקאָמענדירט ייִדישע ביכער פֿון שאול גינזבורג און שמואל לייב ציטראָן וועגן די ייִדישע משומדים אין צאַרישן רוסלאַנד, און איז געווען גרייט איבערצוזעצן די טיילן פֿונעם בוך, אין וועלכע דע סיאָן ווערט דערמאָנט. אַז דינה האָט געקענט, אָן קוקן אין קיין שום בוך, ציטירן די דאָזיקע ווערק, זאָגט עדות אויף איר אויסערגעוויינטלעכן מבֿינות און זכּרון.

איך שטעל זיך פֿאָר אַז אויף קענאַן האָט דינה זיכער געמאַכט אַ גרויסן רושם, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז זי איז געווען זײַנעם אַ מיטצײַטלער, אַ דערצויגענע בײַ אַ רוסיש־רעדנדיקער אינטעלעקטועלער משפּחה אין ווילנע, אין דער זעלביקער צײַט וואָס ער, קענאַן, האָט זיך געלערנט רוסיש אין ריגע.

משה־זכריה בעקער (ביבליאָטעקאַר בײַם ייִוואָ 1976־1999, ביבליאָטעקאַר בײַם „סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט‟, פּענסיאָנירט 2018).

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.