ייִוואָ זאָגט אָפּ אַלע זײַנע ביבליאָטעקאַרןYIVO lays off all of its librarians
דער אינסטיטוט וועט זיך איצט פֿאַרלאָזן אויף אַרכיוויסטן צו העלפֿן פֿאָרשער מיט דער אַרבעט, וואָס די ביבליאָטעקאַרן האָבן ביז איצט געטאָן.

Archive documents of the YIVO Institute for Jewish Research get ready for digitizing in the Lithuanian Central State Archive in Vilnius on January 26, 2015. Image by PETRAS MALUKAS/AFP via Getty Images
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.
דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק געלאָזט וויסן זײַנע אָנגעשטעלטע, אַז די אָרגאַניזאַציע האָט אָפּגעזאָגט זײַנע פֿיר ביבליאָטעקאַרן. ד׳׳ר ינותן ברענט, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, האָט באַשטעטיקט די ידיעה אין אַ בריוו צום פֿאָרווערטס.
ביז איצט האָט ייִוואָ געהאַט 39 אָנגעשטעלטע. די אַנדערע 35 אַרבעטער וועלן בלײַבן בײַ דער אַרבעט.
די סיבה פֿאַרן שריט איז געווען אַ פֿינאַנציעלע, האָט מען געזאָגט. פֿאַראַיאָרן האָט די 95־יאָריקע אינסטיטוציע אויסגעגעבן 5.1 מיליאָן דאָלאַר און אין 2019 האָט זי פֿאַרלוירן 550,000 דאָלאַר. צוליב דעם, האָט ד׳׳ר ברענט געזאָגט, האָט די פֿאַרוואַלטונג און די פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעטער באַשלאָסן אָפּצוזאָגן די ביבליאָטעקאַרן כּדי צו „געפֿינען אופֿנים ווי אַזוי ווײַטער אָנצופֿירן מיט דער אָרגאַניזאַציע און ווידער אויפֿבויען אויף להבא‟. ער האָט געזאָגט אַז דער דוחק אין געלט איז צוליב אַ „פֿאַרקלענערונג פֿון דער צאָל אומבאַגרענעצטע פֿינאַנציעלע בײַשטײַערס‟. לויטן יערלעכן באַריכט פֿונעם ייִוואָ פֿון 2018 זענען בלויז 40% פֿון די בײַשטײַערס פֿון מנדבֿים געווען אומבאַגרענעצטע.
די ייִוואָ־ביבליאָטעק, וואָס זאַמלט ביכער, צײַטונגען און אַנדערע פּובליקאַציעס איז באַזונדער פֿון זײַן אַרכיוו, וווּ עס געפֿינען זיך 23 מיליאָן איינסן. עס זעט נישט אויס ווי דער אַרכיוו וועט געשאַט ווערן פֿון דעם שריט. ד׳׳ר ברענט האָט דערקלערט אַז די אָרגאַניזאַציע וועט זיך איצט פֿאַרלאָזן אויף אַרכיוויסטן צו העלפֿן פֿאָרשער מיט דער אַרבעט, וואָס די ביבליאָטעקאַרן האָבן ביז איצט געטאָן
ד׳׳ר משה־זכריה בעקער, וואָס האָט געאַרבעט ווי דער הויפּט־ביבליאָטעקאַר בײַם ייִוואָ פֿון 1987 ביז 1999, האָט געזאָגט אַז די ביבליאָטעק פֿון 400,000 ביכער איז „ממש קריטיש‟ פֿאַרן פֿעלד פֿון ייִדיש. „ס׳איז אַן אוניקאַלע זאַמלונג פֿון זעלטענע ביכער. און זעלטענע ביכער דאַרפֿן דאָך אַ מענטשן צו האַלטן אַן אויג אויף זיי און דאָס קאָסט געלט. [דורכן אָפּזאָגן די ביבליאָטעקאַרן] האָט מען פֿאַרלוירן אַזוי פֿיל מבֿינות, וויסן און קענטשאַפֿט פֿון דער אינסטיטוציע.‟
ד׳׳ר צירל קוזניץ, די מחברטע פֿון אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִוואָ, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס אַז כאָטש דער פֿאַקט וואָס מע דיגיטאַליזירט די אַרכיוון האָט גרינגער געמאַכט אַז די פֿאָרשער זאָלן קענען צוקומען צו די מאַטעריאַלן, וועט איצט זײַן שווערער צו זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַרן ייִוואָ, ווי אויך צו העלפֿן די פֿאָרשער, וואָס זוכן דאָקומענטן.
„אַז עמעצער קומט אַרײַן און זאָגט: ׳איך וויל אויספֿאָרשן די ייִדישע פּרעסע אין אַרגענטינע, וואָסערע רעסורסן זענען דאָ? צי האָט עמעצער אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דעם?׳ דאַרף מען קודם אַ מענטש, וואָס קען ענטפֿערן אויף אַזאַ פֿראַגע‟, האָט ד׳׳ר קוזניץ דערקלערט. „עס זענען דאָ פֿעיִקע אַרבעטער בײַם ׳צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע׳ מיט וועמען מע קען רעדן, אָבער זיי זענען ניט קיין ספּעציאַליסטן. זיי וועלן דאָך ניט וויסן אַזוי פֿיל ווי עמעצער ווי ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ (די דירעקטאָרשע פֿון דער ביבליאָטעק, וועמען מע האָט ערשט אָפּגעזאָגט)‟.
דער ייִוואָ און דער פֿאָרווערטס אַרבעטן שוין יאָרן לאַנג אין איינעם. דער פּרעזידענט פֿון דער פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע, שמואל נאָריך, איז פֿריִער געווען דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר בײַם ייִוואָ, און דזשייק מאָראָוויטש, וואָס דינט אויף דער פֿאָרווערטס־עקזעקוטיווע, איז אויך אַ מיטגליד פֿון ייִוואָס פֿאַרוואַלטונג.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
