שׂימחה לכּבֿוד שבֿע צוקער און נײַע אָנפֿירער פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟Celebration in honor of Sheva Zucker and the new leadership of the League for Yiddish
ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ און ד׳׳ר דוד פֿישמאַן וועלן באַערן ד׳׳ר צוקערן און באַגריסן דעם נײַעם רעדאַקטאָר פֿון „אויפֿן שוועל‟ און אויספֿיר־סעקרעטאַר.

Image by League for Yiddish
ווי מע האָט איבערגעגעבן אין נאָוועמבער, פֿאַרענדיקט ד׳׳ר שבֿע צוקער נאָך 15 יאָר איר קאַדענץ ווי דער אויספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ און ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟. כּדי איר צו באַדאַנקען און אָפּגעבן כּבֿוד, ווי אויך צו באַגריסן ד׳׳ר מרים טרין און נח באַרעראַ, וואָס וועלן איבערנעמען די לייצעס (ד׳׳ר טרין — ווי דער נײַער רעדאַקטאָר פֿון „אויפֿן שוועל‟ און באַרעראַ — ווי דער אָרגאַניזאַציעס נײַעם אויספֿיר־סעקרעטאַר), אָרדנט די „ייִדיש־ליגע‟ אײַן אַ שׂימחה בײַם „ייִוואָ‟.
די גאַסטרעדנער פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 1טן מאַרץ, וועלן זײַן ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ (דרעקסל־אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר דוד פֿישמאַן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר). אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט די זינגערין און אַקטריסע מירע קעסלער אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער באַגלייט פֿון בנימין שעכטער אויף דער פּיאַנע. גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט וועט דינען ווי די פֿאָרזיצערין פֿונעם אָוונט.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג. כּיבוד וועט סערווירט ווערן.
דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
