Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לאָרין סקלאַמבערג וועט אויפֿטרעטן בײַם „סיאַטל ייִדיש־פֿעסט‟Lorin Sklamberg to perform at Seattle Yiddish Fest

אין סיִאַטל האָט זיך לעצטנס צעבליט דער אינטערעס צו ייִדיש. מע לערנט איצט זיבן ייִדיש־קלאַסן און ס׳שפּילן דאָ מער ווי צען קלעזמער־קאַפּעליעס.

צוויי באַרימטע פֿיגורן אין דער קלעזמער וועלט, לאָרין סקלאַמבערג פֿון „די קלעזמאַטיקס‟ און די זינגערין סאַשע לוריא, וועלן הײַיאָר אויפֿטרעטן אויפֿן צווייטן יערלעכן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן.

דער פֿעסטיוואַל, וואָס הייסט „סיאַטל ייִדיש פֿעסט‟, איז דער איינציקער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור אין דער שטאָט. אין סיִאַטל האָט זיך במשך פֿון די לעצטע יאָרן שטאַרק צעבליט דער אינטערעס צו ייִדיש. מע לערנט איצט זיבן וועכנטלעכע ייִדיש־קלאַסן און ס׳שפּילן דאָ מער ווי צען קלעזמער־קאַפּעליעס.

אויפֿן „סיאַטל ייִדיש־פֿעסט‟, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „פֿיני־צענטער‟ און „טעמפּל בית עם‟ פֿונעם 14טן ביזן 16טן פֿעברואַר, וועט מען דורכפֿירן אַ צאָל וואַרשטאַטן, דזשעמסעסיעס, קאָנצערטן און לעקציעס פֿאַרבונדן מיט די קולטור־אוצרות פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און זייערע קינדסקינדער אין אַמעריקע. דער דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל איז דער פֿידלער און קאָמפּאָזיטאָר קרעג יודלמאַן, אַ סיִאַטל־געבוירענער וואָס וווינט הײַנט אין בערלין.

דער צײַטפּלאַן איז אַ געפּאַקטער:

שבת, דעם 15טן פֿעברואַר וועט אינעם „סטרום דזשיי־סי־סי‟ אויפֿטרעטן די טאָראָנטער קלעזמער־קאַפּעליע, Beyond the Pale וואָס וועבט צונויף קלעזמער־ און באַלקאַנישע מוזיק.

זונטיק, דעם 16טן, וועט מען במשך פֿונעם טאָג האַלטן לעקציעס געפֿירט פֿון סקלאַמבערג און אַנדערע עקספּערטן. צווישן די טעמעס: „דער מצבֿ פֿאַר קינדער וואָס ווערן דערצויגן ווי ייִדן אין הײַנטיקן מיזרח־אייראָפּע‟, „סקאַנדאַלן און טשודאַקן פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟, „ווי ייִדן ניצן מוזיק צו וויסן וויפֿל איז דער זייגער‟ און „הינטער די קוליסן פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג‟.

זונטיק אויף דער נאַכט, אין טעמפּל בית־עם, וועט סקלאַמבערג, אין איינעם מיט די אַנדערע קלעזמער־לעקטאָרן, אָנפֿירן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס, „גראָבע‟ ליבעלידער און פּערל פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה פֿון דער איסט־סײַד. די חזנטע שׂרה מײַערסאָן וועט אָנפֿירן מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע טענץ.

נאָך בילעטן אָדער מער אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.