ווידעאָ: דער פּראָגער גולם אין 1941WATCH: The Golem of Prague in 1941
דער אַרגענטינער ייִדישער אַקטיאָר מאַקס בערלינער שפּילט אין אַ פֿילם וועגן אַ ייִד, וואָס שאַפֿט אַ גולם אים צו באַשיצן פֿון די נאַציס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיט יאָרן צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ ייִד, וואָס האָט אין זײַנע 20ער איבערגעלעבט טערעזין, דער דײַטשישער קאָנצענטראַציע־לאַגער, וווּהין מע האָט פֿאַרשיקט די פּראָגער ייִדן. ער האָט מיר דערציילט אַן אינטערעסאַנטן און טרויעריקן אַנעקדאָט: אין פּראָג, ווי אויך אין טערעזין, האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז אַ גרופּע ייִדן, בראָש מיט אַ רבֿ, גראָבן בײַם טײַך וולאַטווע, כּדי צו געפֿינען די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן גולם און אים אויפֿלעבן. דער ייִד האָט צו יענער צײַט אַליין ניט געוווּסט, וויפֿל מענטשן האָבן פֿאַרשפּרייט דעם קלאַנג ווי אַ וויץ, און וויפֿל האָבן אים גענומען ערנסט.
אָט דער סיפּור־המעשׂה ווערט אָפּגעשפּיגלט אין אַן אַרגענטינער פֿילם אויף ייִדיש, אין וועלכן דער ייִדישער אַקטיאָר מאַקס בערלינער שפּילט אַ פּראָגער רבֿ, וואָס איז מסוגל צו שאַפֿן אַ גולם גלײַך איידער די דײַטשן כאַפּן אים. וואָס געשעט ווײַטער נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון דער אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה וועגן דעם גולם און דעם פּראָגער מהר”ל, אָבער האָט זייער אַן אַנדער סוף.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
