בני מער וועט רעדן אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟Benny Mer to appear on radio show, “The Yiddish Voice”
דער איבערזעצער און היסטאָריקער וועט אַרומרעדן זײַן בוך וועגן דער געשיכטע פֿון דער סמאָטשע־גאַס אין וואַרשע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם מיטוואָך, דעם 12טן פֿעברואַר, וועט די באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟ טראַנסמיטירן אַן אינטערוויו מיט בני מער, דעם ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, היסטאָריקער, איבערזעצער און ליטעראַטור־קריטיקער, וועגן זײַן בוך „סמאָטשע — אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער גאַס אין וואַרשע‟. דער אינטערוויו וועט געפֿירט ווערן פֿון שלום ביינפֿעלד.
„דאָס ייִדישע קול‟ איז אַ וועכנטלעכע פּראָגראַם וואָס ווערט דורכגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש.
מער, אַ באַקאַנטער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש און אַליין אַ שרײַבער פֿון דערציילונגען און זשורנאַליסטישע אַרטיקלען אויף ייִדיש, איז יאָרן לאַנג געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־בײַלאַגע בײַ דער אָנגעזעענער ישׂראלדיקער צײַטונג „האָרץ‟. הײַנט איז ער דער רעדאַקטאָר פֿונעם „מאגנס‟־פֿאַרלאַג בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ — דער וויכטיקסטער אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג אין ישׂראל. ער האָט איבערגעזעצט אויף העברעיִש דערציילונגען פֿון שלום־עליכם, קינדערלידער פֿון שמואל צעסלער, אַבֿרהם סוצקעווערס אויטאָביאָגראַפֿישע ווערק און הערמאַן קרוקס טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ.
„דאָס ייִדישע קול‟ קען מען הײַנט הערן איבער דער וועלט. אַז מע וויל זיך צוהערן צו דער פּראָגראַם בעת זי ווערט טראַנסמיטירט, טוט מען עס דורך אָט דער וועבזײַט, יעדן מיטוואָך, 7:30 אין אָוונט, באָסטאָנער צײַט. מע קען זיך אויך צוהערן צו דער פּראָגראַם נאָך דעם וואָס איז שוין טראַנסמיטירט געוואָרן, ווי אַ פּאָדקאַסט דאָ. אין באָסטאָן און אומגעגנט קען מען זי הערן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WUNR 1600 AM.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
