ווידעאָ: קירק דאָגלאַס זינגט אויף ייִדישWATCH: Kirk Douglas sings in Yiddish
דער לעגענדאַרער אַקטיאָר דערציילט די לערכערלעכע סיבֿה פֿאַר וואָס ער האָט ניט געקראָגן קיין ראָלעס אינעם ייִדישן טעאַטער.

Image by Getty Images
ווען עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט די טרויעריקע ידיעה אַז דער לעגענדאַרער אַמעריקאַנער אַקטיאָר קירק דאָגלאַס (פֿון דער היים: איסר דאַניעלאָוויטש) איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 103 יאָר, האָט די פֿאָלקסבינע אַרויסגענומען פֿון איר אַרכיוו אַ חנעוודיקן ווידעאָ פֿון איר גאַלאַ־אָוונט אין 2002, ווען מע האָט דאָגלאַסן באַלוינט מיט אַן ערן־פּרעמיע.
דער יונגער איזור דאַניעלאָוויטש איז אויפֿגעוואַקסן אין אַמסטערדאַם, ניו־יאָרק בײַ אַן אָרעמער משפּחה מיט אַכט קינדער. אין דער אַלטער היים איז זײַן טאַטע געווען אַ פֿערד־סוחר אָבער אין דער גאָלדענער מדינה האָט ער נישט געהאַט קיין מזל און האָט געמוזט אַרומפֿאָרן מיט אַ פֿערד און וואָגן, פֿאַרקויפֿנדיק שמאַטעס. איידער דער קליינער איזור האָט אָנגעהויבן גיין אין שול האָט ער בלויז גערעדט ייִדיש.
כּדי זיך אויסצוגרינען און ווערן אַן „עכטער‟ אַמעריקאַנער האָט דאַניעלאָוויטש געביטן זײַן נאָמען אויף דאָגלאַס איידער ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿונעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט. זײַנע ייִדישע וואָרצלען האָבן אים ווייניק וואָס פֿאַראינטערעסירט ביז 1991, ווען ער האָט על־פּי־נס איבערגעלעבט אַ העליקאָפּטער־קראַך, וואָס האָט דערהרגעט צוויי פֿון זײַנע מיטפֿאָרער. ערשט דעמאָלט האָט ער אָנגעהויבן אויספֿאָרשן די ייִדישע אמונה און אַפֿילו געשריבן אַ ביכל זכרונות וועגן זײַן אומקערן זיך צום ייִדישן פֿאָלק.
אין 1996 האָט ער געליטן פֿון אַן ערנסטן מוח־אַטאַק. זינט דעמאָלט איז אים אָנגעקומען שווער דאָס רעדן. ניט געקוקט אויף דעם, האָט ער ווײַטער געשפּילט אין אַ ריי פֿילמען ביז ער האָט דערגרייכט די 90ער.
אינעם דאָזיקן ווידעאָ דערציילט ער וועגן דער קאָמישער סיבה, פֿאַר וואָס ס׳איז אים ניט געלונגען צו שפּילן אין ייִדישן טעאַטער, און זינגט עטלעכע שורות פֿונעם ליד „מײַן ייִדישע מיידעלע‟. כאָטש ס׳איז נישט תּמיד גרינג צו פֿאַרשטיין וואָס ער זאָגט, קען מען דערקענען זײַן ליטווישן אַקצענט ווען ער זינגט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
