רעפֿעראַט אויף ענגליש וועגן עצות־רובריקן אין דער ייִדישער פּרעסעLecture in English about advice columns in the Yiddish press
אַחוץ „אַ בינטל בריוו‟ בײַם פֿאָרווערטס, זענען בײַם אָנהייב 20סטן י״ה געווען פּאָפּולערע עצות־רובריקן אין „דער טאָג‟ און אַנדערע ייִדישע צײַטונגען.

A Classic Column: By this time the Bintel Brief had been offering advice for almost 66 years. In this issue, November 13, 1972, an older woman married to a widower wanted to know how to handle the fact that he constantly compared her to his first wife. Image by FOrWArD ASSOCIATION
דאָנערשטיק, דעם 13טן פֿעברואַר, וועט ד״ר איילת ברין, אַ פֿאָרשערין פֿון יודאַיִסטיק בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט און פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, האַלטן אַ רעפֿעראַט אין מאַהעטן מיטן טיטל, „חשובֿער רעדאַקטאָר: עצות־רובריקן און די אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע‟.
די לעקציע וועט פֿאָרקומען אינעם „מאַק׳מאַן אָפּטייל‟ פֿון פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, 155 וועסט 60סטער גאַס, אין צימער 109.
בײַם אָנהייב פֿון צוואָנציקסטן יאָרהונדערט האָבן עטלעכע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען רעגלמעסיק געדרוקט רובריקן מיט עצות פֿאַר די לייענער, ווי אַזוי מע דאַרף זיך פֿירן אין אַמעריקע. אַלע ווייסן וועגן „אַ בינטל בריוו‟ בײַם פֿאָרווערטס אָבער „דער טאָג‟ האָט אויך געהאַט אַן עצות־רובריק וואָס האָט אויסגענומען בײַ די לייענער.
ד״ר ברין וועט באַשרײַבן די וויכטיקע ראָלע וואָס עצות־רובריקן האָבן געשפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע, ווי אַזוי די רובריקן האָבן געווירקט אויף די באַציִונגען צווישן די צײַטונגען און זייערע לייענערס און ווי וויכטיק די רובריקן זענען געווען בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן וואָס האָבן אַזוי שטאַרק געוואָלט זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אונטערנעמונג, קוועטשט דאָ
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
