פּורים־שׂימחה אויף ייִדיש אין בראָנקס מיט לאָרין סקלאַמבערגBronx Yiddish Purim Party will feature Lorin Sklamberg in the Bronx
דער באַקאַנטער זינגער פֿון די קלעזמאַטיקס וועט באַגלייט ווערן פֿונעם טערעמין־שפּילער ראָב שווימער.

Image by Getty Images
אַז עס קומט אָן דער יום־טובֿ פּורים, דאַרף מען האָבן וווּ צו הוליען. די וואָס ווילן פֿאַרברענגען אויף מאַמע־לשון קענען פֿאָרן אינעם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס זונטיק, דעם 8טן מאַרץ, וווּ עס וועט פֿאָרקומען אַ פּורים־שׂימחה מיטן באַרימטן זינגער פֿון די קלעזמאַטיקס, לאָרין סקלאַמבערג. ער וועט באַגלייט ווערן פֿונעם טערעמין־שפּילער ראָב שווימער.
דער אַקטיאָר מיכל יאַשינסקי וועט פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט „וויצן און געזאַנג: פּורימדיק בדחנות מיט אַן אַבסורדישן טעם‟.
די שׂימחה הייבט זיך אָן 1:30 נאָך מיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „שלום־עליכם־צענטער‟ און 5$ פֿאַרן ברייטן עולם.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
סצענעס פֿון דער פּורים־שׂימחה בײַם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין 2013 קען מען זען דאָ.
און אָט קען מען זען ווי ראָב שווימער שפּילט „הבֿה נגילה‟ אויף אַ טערעמין.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
