ווידעאָ: אַנטווערפּענער רבֿ עצהט זיך נישט מוטשען הײַיאָר מיטן פּסח־ראַמעןWATCH: Antwerp rabbi says to avoid extreme pesach cleaning this year
הרבֿ אַהרן שיף זאָגט אַז בשעת דער מגפֿה דאַרפֿן עלטערן זאַמלען די כּוחות כּדי זיך צו קענען אָפּגעבן מיט די קינדער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט מען אַרויסגעלאָזט אויף יוטוב אַ ווידעאָ פֿונעם אָנגעזעענעם רבֿ פֿון אַנטווערפּן, ר׳ אַהרן שיף, וווּ ער פּסקנט אַז אַלע מוזן פֿאָלגן די תּקנות פֿון דער רעגירונג צו באַקעמפֿן די פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ-ווירוס: בלײַבן אין דער היים און נאָר אַרויסגיין אין דרויסן צו קויפֿן עסן אָדער גיין אין אַפּטייק.
גלײַכצײַטיק דערקלערט ער ווי אַזוי מענטשן קענען זיך אַן עצה געבן אַז מע מוז דאַווענען ביחידות, אַן ענין וואָס חז״ל האָט נישט איין מאָל אַרומגערעדט. נאָך מער אינטערעסאַנט איז זײַן רוף צו ייִדישע משפּחות, און בפֿרט צו די פֿרויען, זיך נישט צו פֿיל אָנצושטרענגען מיטן ראַמען אויף פּסח ווײַל בשעת דער מגפֿה דאַרפֿן עלטערן זאַמלען די כּוחות כּדי זיך צו קענען אָפּגעבן מיט די קינדער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
