Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חסידישער דאָקטער פֿאַר די סאַטמערער חסידים בעט זיך: בלײַבט אין דער היים!Hasidic doctor of the Satmar community is urging everyone: Stay home!

לויט די טעסטן וואָס ער האָט שוין צוריק באַקומען וועלן טויזנטער פֿרומע ייִדן אין אפסטייט ניו־יארק אין גיכן זיך אָנשטעקן מיטן קאָראָנאַ־ווירוס.

דער קרית יואל הויפט דאקטער ר’ יוסל וולאדימור זעלענקא הי”ו בעט זיך צו יעדן מען זאל אויפהערן זיין א טייל פון די מאסן מארד מגיפה.

ער מאכט א דאקטוירישן חשבון אז לויט די טעסטס וואס ער האט שוין צוריק באקומען וועלן טויזענטער מענטשן ביים היימישן עולם אין אפסטייט ניו־יארק אין די נאנטע טעג זיך אנשטעקן מיטן קאראנאווירוס! 

דאקטער זעלענקא דינט אלס דער הויפט אפיציעלער דאקטער פון די סאטמערער שטאט אין אפסטעיט ניו יארק קרית יואל — palm tree אויף ענגליש. ער איז זעלבסט א חב”ד לובאוויטשער חסיד, קומט פון ראטן פארבאנד אבער איז געווארן א בעל תשובה דורך די סאטמערער אידן וואס זענען געווען זיינע פאציענטן בעפאר ער איז געווארן פרום. דעריבער ווערט ער גערופן דר. זעלענקא אין קורצן ווייל ער איז ווי א טאטע מאמע פאר זיינע פאציענטן. מען לאדענט אים איין צו עסן ביי די סאטמערער שטובער און איז משפחה מיט אלע איינוואוינער דארטן. 

מיר חסידים הערן זיך נאר צו צו די רבנים אבער די תורה זאגט ורפאו ירפא, אז דער דאקטער האט א כוח פון אייבערשטן צו היילן די קראנקע מער פון די רבנים. דעריבער מוז מען זיך צוהערן צום דאקטער מער ווי צו דער רב. קיין איין רב האט נאך נישט דערקלערט נישט ארויסצוגיין פון שטוב, אפילו אינגע געזונטע אידן. דאס איז אבער א דאקטער וואס באפעלט: בלייב אין שטוב, אפילו ביסט געזונט! ווייל אנדערע קענען דאס באקומען פון דיר. דעריבער מוז יעדער רב מבטל זיין זיין דעת פאר דעם דאקטער זעלענקא.

דאס איז פריער פארשפרייט געווארן נאר פאר זיינע טויזענטער פאציענטן אבער מען מוז דאס פארשפרייטן פאר אלע אידן ווייל זיין נאמען איז באקאנט און רעספעקטירט אין די גאנצע חסידישע וועלט. 

הערט זיך גוט צו צו וואס דאקטער זעלענקא זאגט אונדז:

ער מאכט דעם ארגומענט אז קרית יואל באשטייט בלויז פון איין מייל אויף איין מייל און עס וואוינען דארטן אן ערך 35 טויזענט נפשות. במילא האט דער ווירוס מער א שאנס זיך אריבערכאפן איינע צום אנדערן ווי סיי אימער די וועלט ווייל אזוי סאך מענטשן וואונען אזוי צוזאם געשטופט. טאקע דערפאר קען דער ווירוס זיך גרינגער אריינכאפן אין מערערע הייזער, און ווען ער כאפט זיך אריין אין א בעל חי’ ווי א מענטש קען ער אנשטעקן די קינדער וואס קענען דאס פארשפרייטן ווייטער צו די עלטערע לייט איבער 60 יאר און צו די וואס ליידן פון יענע מחלה. 

ביטע מיטטיילן דעם ווידיא ווייל אסאך חסידים דארפן איצט רחמי שמים, זיי ראנגעלן זיך ממש מיט’ן לעבן. דעם שבת האט מען נאך געמאכט מנינים ווען ס’איז קלאר אז יעדער דארף איצט דאווענען ביחידות אין דער היים.

יא, דער זעלבער אייבערשטער וואס הייסט אונז דאווענען מיט א מנין וויל איצט בפירוש אז מיר זאלן אלע דאווענען ביחידות! 

 

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.