דיגיטאַלישער ייִדיש־טיש אָפֿן פֿאַר אַלעמעןVirtual Yiddish tish open for all
ד׳׳ר עשקע קירזיין, ייִדיש־לערערין בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט, פֿאַרבעט סטודענטן זיך צו באַטייליקן אין אַ שמועסקרײַז און אַנדערע געשעענישן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן דער קאָראָנאַווירוס האָט מען אַ סך ייִדיש־אונטערנעמונגען פֿאַרוואַנדלט אין דיגיטאַלע טרעפֿונגען. איצט האָט דער ברייטער עולם אַ געלעגנהייט אָנטיילצונעמען אין פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, וואָס זיי וואָלטן אַנדערש ניט געקענט צוקומען צו זיי. גלײַכצײַטיק איז עס אָבער אַ ביסל הפֿקרדיק, און שווער זיך צו דערוויסן וועגן זיי אַלע.
ד׳׳ר עשקע קירזיין, אַ ייִדיש־דאָצענטקע בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט און די הויפּט־רעדאַקטאָרשע פֿון ”אין געוועב“, האָט אין אַ בריוו צום פֿאָרווערטס, דערקלערט אַז זי בענקט שוין נאָך אירע סטודענטן, וואָס האָבן צוליבן ווירוס געדאַרפֿט פֿריצײַיק פֿאַרלאָזן דעם קאַמפּוס. כּדי צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט זיי און זיי צו געבן אַ געלעגנהייט צו פּראַקטיצירן זייער ייִדיש, אָרגאַניזירט זי ווײַטער די ייִדיש־טישן און לייענקרײַזן, וואָס מע האָט געפֿירט איידער מע איז זיך צעפֿאָרן. אַ דאַנק דעם וואָס די שמועסקרײַזן זענען איצט ווירטועל, קען יעדער איינער מיט אַ קאָמפּיוטער זיך אָנטיילנעמען פֿון דער ווײַטנס און ד׳׳ר קירזיין וויל אַז מענטשן פֿון איבער גאָר דער וועלט זאָלן אָנטיילנעמען אין די פּראָגראַמען.
כּדי צו לאָזן וויסן דעם עולם וועגן די אַלע ייִדיש־אונטערנעמונגען וואָס געפֿינען זיך איצט אָנלײַן, האָט ד׳׳ר קירזיין אָנגעהויבן אַרויסשיקן יעדע וואָך אַ בליצבריוו מיט אַ רשימה אונטערנעמונגען און אינטערנעץ־רעסורסן אויף מאַמע־לשון.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער רשימה, שיקט אַ בליצבריוו צו [email protected]. אויב מע וויל אָנטיילנעמען אינעם ייִדיש־טיש בײַם שיקאַגער אוניוועריסטעט, פֿילט אויס דעם גוגל־בויגן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
