אָפּרוף אויפֿן אַרטיקל וועגן אַנטי־מאַלאַריע מעדיציןResponse to article about the anti-malaria drug
ווען די רעגירונג איז קעגן דאָקטוירים, אָדער ווען רבנים זענען קעגן אַ רפֿואה, האָבן מיר אַ פֿליכט זיי אויסצופֿײַפֿן.
דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ ה’ ירום הודו האט מאנטיק דערקלערט פאר די מידיע אז ער גייט נישט לאזן די רפואה פונעם קאראנע זיין טויטליכער פונעם מכה. – דאס הייסט ער פלאנט מבטל זיין די „סאציאלע פארווייטערונג איינע פון אנדערן‟ גזירה וואס שנעלער. ער האט דערמיט געוואלט בארואיגן די עקאנאמישע אינווערסטירער זיי זאלן אויפהערן ארויסצושלעפן זייערע אינוועסטירונגען פון די מארקעט. דאס האט טאקע געהאט דעם ריכטיגען עפעקט. דער סטאק מארקעט האט זיך געהויבן דינסטיק אינדערפרי אויף זיין פארזיכערונג פאר’ן פאלק.
מיר דארפן מתפלל זיין בשלומה של מלכות איבערהויפט אין אזא שווערע מגיפה ווען דער מלאך המוות הרגעט יעדע סעקונדע נאך און נאך מענטשן. דער מאקעווער רב און אברומי קאהן, דער מוהל, זענען היינט צופרי געשטארבן פלוצלינג שאפראנער רב דארף גרויס רחמי שמים מען האט ארום געשיקט מעסעזדשעס צו מתפלל זיין ער איז דער נאנטסטער תלמיד צום סאטמאר רב רבינו הקדוש בעל ויואל משה מסאטמאר זי”ע – און איז גאר אינג. הקיצור דארפן מיר זיך זיכער איינבעטן ביי הקב”ה פאר די זיכערקייט פון די רעגירונג איצט. אבער נישט ווען דער רעגירונג איז קעגן דאקטוירים פונקט אזוי ווי רבנים זענען קעגן רפואה האבן מיר א פליכט זיי אנצופייפן. אזוי אויך מוזן מיר גיין אנטקעגן די רעגירונג ווען זיי גייען אנטקעגן רפואה.
טראמפ האלט אין איין דערקלערן אז דער אנטי-מאלעריע מעדיצין וואס ווערט גערופן „קלארקוויין‟, א כעמישע באשטאנדטייל וואס דער עף. די. עי. האט גוטגעהייסן פאר דאקטוירים צו באנוצען צו היילן „מאלעריע‟, באווייזט וואונדער פאר קאראנע. תיכף ומיד האט דער עף. די. עי. געווארענט דעם אמעריקאנער פאלק אז פילע טעסטס וואס מען האט דורכגעפירט שוין אין כינע אויף קאראנע האט דערהרגעט די מענטשן וואס האבן אנטייל גענומען אין די טעסטס, טאר מען דאס נישט נוצן איצט פאר קאראנע. אבער טראמפ’ס מידיע סטעיטמענטס ווערן מער אויפגעכאפט ווי אלע דאקטוירים ווייל ער איז געווען א שוי שפילער איידער ער איז געלאפן פאר פרעזידענט; די דאקטוירים’ס ווארענונגען פאלן אויף טויבע אויערן.
יא עס זענען דא איצט דאקטוירים וואס געבן דאס פאר שטערבליך קראנקע פון קאראנע ווייל זיי האבן נישט וואס צו פארלירן. און עס העלפט טאקע אויך צוליב דער „פלאסיבא‟ עפעקט. פלאסיבא איז א מעדיצינישער טערמין וואס קומט פונעם שורש ווארט „פלעזשור‟ אין ענגליש; אז דער פאציענט ווערט בארואיגט און ער היילט זיך אליינס אויס. אבער דאס דארף ווערן גענוצט בלויז אונטער די שטרענגע אויפזוכט פון א דאקטער; נישט חלילה אליינס דאס נעמען אויף די אייגענע האנט.
מענטשן וואס ליידן שוין פונעם קאראנאוויירוס, אן זיי קענען נישט אויסהאלטן, מאכן זיי משוגע דעם פארמעסי, טענהנדיק אז „דער פרעזידענט האט דאך געזאגט אז דאס היילט! און מיין פעטער (אדער זיידע, באבע אדער מומע) האבן דאס גענומען און זיי האבן זיך אויסגעהיילט.‟ זאל מען אבער וויסן אז דאקטוירים זאגן אז מער מענטשן זענען געשטארבן ווי זיך געהיילט דערפון.
אז א רב פסק’נט צו דאווענען מיט א מנין אין די טעג דארף מען אים פארשרייען אלס רוצח. אזוי אויך זאלט איר וויסן אז דער פרעזידענט האט א דין ווי א רוצח! נאר א דאקטער קען זאגן וויאזוי צו לעבן. וועגן אלע אנדערע וואס מישן זיך אריין, אנדערש פון א דאקטער, איז דאס זיכער א משל פון א דין רודף!
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor