כּבֿוד־19, גיי שוין, אַוועק!COVID-19, get out of here!
משה ראָזענפֿעלדס לידעלע דריקט אויס די אַנגסטן וואָס מיר פֿילן אַלע די טעג.

Image by Getty Images
__ מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן מיר פּובליקירט אַ ייִדיש לידל וועגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס וואָס איז געהאָנגען אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. איצט ברענגען מיר אײַך אַ נײַ לידל אויף דער טעמע, אָנגעשריבן פֿונעם דירעקטאָר פֿון Golden Land Productions, משה ראָזענפֿעלד.
אַ גאָר נײַע זאַך וואָס מיר לעבן איצט איבער,
וואָס הייסט, נישט קושן זיך, נישט געבן זיך די הענט?
מיר פֿאָלגן באַפֿעלן צו בלײַבן אין שטיבער
אַנשטאָט מיט פֿרײַנד, שמועסט מען מיט די פֿיר ווענט.
רעפֿרען:
כּבֿוד־19 — גיי שוין אַוועק!
זאָל די כאָלערע שוין נעמען אַן עק
ס׳פֿעלט אונדז שטאַרק אויס משפּחה און פֿרײַנד
זאָל זי פֿאַרשווינדן — נישט מאָרגן, נאָר הײַנט!
אַ מאָדנער נאָמען האָט די נײַע מכּה
קאָראָנאַ הייסט זי, כּבֿוד־19 — אַ פּלאָג
אַ געפֿערלעכער שׁונא איז זי טאַקע
און די סכּנה וואַקסט נאָך פֿון טאָג צו טאָג.
כּבֿוד־19 — גיי שוין אַוועק…
דערווײַל זיצן מיר, אַליין און באַזונדער,
כאָטש דער מענטש איז געוווינט צו קעמפֿן און שטרעבן
דערמאָנען מיר זיך אין וווּנדער נאָך וווּנדער
מיר וועלן זיגן און די מענטשהייט וועט דאָס אויך איבערלעבן.
כּבֿוד־19 — גיי שוין אַוועק…
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
