Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„אַ גוט מאָרגן!‟ — נײַ ביכל קינדערלידער פֿון באָריס סאַנדלער“Good Morning!” – a new volume of children’s poetry by Boris Sandler

די לידער שילדערן מיט הומאָר און פֿאַנטאַזיע דעם כּוח־הדמיון פֿון קינדער.

די צאָל נײַע ייִדיש־שפּראַכיקע קינדערביכלעך האַלט אין איין וואַקסן. מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען ניקאָלײַ און אידאַ אָלניאַנסקי האָבן אַרויסגעלאָזט זייערע ערשטע קינדערביכלעך, האָב איך געשריבן אין פֿאָרווערטס, אַז ס׳איז אַ זעלטן, כּמעט אומגעהערט געשעעניש אויף דער ייִדישער גאַס. הײַנט איז, צום גליק, אַ נײַ ייִדיש קינדערביכל מחוץ דער חסידישער וועלט שוין מער ניט קיין חידוש.

אַחוץ דעם ערשטן באַנד „הערי פּאָטער‟, וואָס איז לעצטנס אַרויס בײַם פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט‟ אין אַרעלע ווישוואַנאַטס איבערזעצונג, וואָס האָט שוין פֿאַרקויפֿט 2,500 עקזעמפּלאַרן, וועט דער פֿאַרלאַג אַרויסגעבן נאָך דרײַ קינדערביכלעך אין 2020. בסך־הכּל וועט אָלניאַנסקעס קאַטאַלאָג באַשטיין פֿון 16 באַזונדערע ביכלעך.

אין 2020 וועלן אויך אַרויס דרײַ ביכלעך בײַם פֿאַרלאַג „קינדער־לשון‟, אַ פּראָיעקט פֿון „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, וואָס איך וועל ניט שרײַבן וועגן דעם אינעם פֿאָרווערטס, ווײַל איך מיט מײַן פֿרוי רייטשל פֿעלד פֿירן אָן מיט דעם.

אַחוץ די ביכלעך פֿון די צוויי ניט־חסידישע ייִדיש־שפּראַכיקע קינדער־פֿאַרלאַגן און די נײַע חסידישע קינדערביכלעך וואָס פֿאַרקויפֿן זיך הײַנט זייער גוט אין ברוקלין, בעגליע און ישׂראל, וועט אין 2020 אויך אַרויס אַ גרויסע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע קינדער־מעשׂיות און לידער, געזאַמלט און איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון ד׳׳ר מרים יודל. „האָניק אויף די זײַטן‟, אַ בוך וואָס די פֿאָרשער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור וואַרטן שוין יאָרן לאַנג, וועט אין נאָוועמבער סוף־כּל־סוף אַרויסגעגעבן ווערן דורכן פֿאַרלאַג בײַם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.‟

דאָס זענען אָבער ווײַט ניט די איינציקע גוטע בשׂורות וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. לעצטנס זענען אַרויס צוויי קינדערביכלעך פֿון באָריס סאַנדלער אין נײַע אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש, ענגליש און רוסיש בײַם פֿאַרלאַג „ייִדיש־בראַנזשע‟.

דאָס ביכל, „נישט געשטויגן, ניט געפֿלויגן‟, וואָס באַשטייט פֿון צענדליקער חנעוודיקע קופּלעטן וועגן חיות וואָס מאַכן אומשׂכלדיקע באַשלוסן, איז לכתּחילה אַרויס אויף מאַמע־לשון אין 2007. די טעג גייט זי אַרויס אין דער ענגלישער און רוסישער איבערזעצונג. די אויסגעצייכנטע ענגלישע איבערזעצונג פֿון מײַקל סאַוויקאָווסקי דערכאַפּט דעם טעם און ריטעם פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל — ניט קיין קלייניקייט, ווען עס גייט אַ רייד וועגן געגראַמטע קינדערלידער וואָס באַשטייען פֿון בלויז צוויי שורות. (וועגן דער רוסישער איבערזעצונג וועלן אַנדערע דאַרפֿן פּסקענען — די צוויי שפּראַכן קומען צוזאַמען אין איין באַנד, באַגלייט פֿון איטעלאַ מאַסטבאַומס אילוסטראַציעס).

אויף ייִדיש און ענגליש איז אויך לעצטנס אַרויס אַ נײַע זאַמלונג פֿון סאַנדלערס קינדערלידער, „אַ גוט מאָרגן.‟. דאָס בוך, פּרעכטיק אילוסטרירט פֿון דער 15־יעריקער ביראָביזשאַנער קינסטלערין סאָניע פֿיליפּקינאַ, איז אַ צוזאַמענאַרבעט פֿון „ייִדיש־בראַנזשע‟ און דער צײַטונג „ביראָביזשאַנער שטערן‟.

סאַנדלערס קורצע לידער דערמאָנען אין די ווערק פֿון באַגאַבטע ייִדישע פּאָעטן פֿאַר קינדער ווי שמואל צעסלער, אײַדע מאַזע, נחום ווײַסמאַן (וואָס איז, ווי סאַנדלער, אויך דערצויגן געוואָרן אין בעסאַראַביע) און ישׂראל גויכבערג וואָס האָט, דרך־אַגבֿ, אויך אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג לידער פֿאַר קינדער מיטן טיטל ”גוט מאָרגן“).

פּונקט ווי די בעסטע קינדער־פּאָעזיע, הייבט זיך די זאַמלונג אָן פֿון לידער וואָס באַשרײַבן דעם קינדס נאָענטן אַרום: די משפּחה, דאָס פּנים, חיות וואָס מע זעט טאָג־טעגלעך און זאַכן בײַ זיך אין דער היים. פֿון אָט די מענטשן, חיות און חפֿצים בויט סאַנדלער אויף אַ פּאָעטישע וועלט, וואָס ברענגט מיט גרעסערע פֿראַגעס וועגן דעם לעבן און די באַשלוסן וואָס אַלע, יונג צי אַלט, דאַרפֿן מאַכן.

אינעם חנעוודיקן ליד ”די משפּחה וויל“, שמועסן עטלעכע קרובֿים וועגן דער פֿראַגע, וואָס פֿאַר אַן אינסטרומענט זאָל דער העלד שפּילן. די מאַמע וויל אַז ער זאָל שפּילן פֿידל; דער טאַטע — אַ טרומייט; די באָבע — אַ פֿלייט און דער זיידע — אַ פּויק. קיינער פֿרעגט אָבער ניט בײַם ייִנגל אַליין, וואָס פֿאַר אַן אינסטרומענט ער וואָלט בעסער געוואָלט שפּילן. דאָס ליד פֿאַרקערפּערט די בעסטע עלעמענטן פֿון סאַנדלערס קינדער־פּאָעזיע: זײַן חוש פֿאַר הומאָר וואָס קומט אין איינעם מיט אַ משל — אין דעם פֿאַל, אַז קינדער דאַרפֿן זיך אַ מאָל אַ ביסל אַקעגנשטעלן די עלטערן און אויסקלײַבן אַן אייגענעם דרך.

די לידער שילדערן אויך דעם קינדס כּוח־הדמיון און נטיה צו שאַפֿן פֿאַנטאַזיעס, און סאַנדלער טוט עס אויף אַזאַ אופֿן, אַז אויך די דערוואַקסענע קאָנען אויף אַ מאָמענט זיך פֿילן ווידער ווי אַ קינד. לייענט, למשל, זײַן ליד ”הענט און פֿליגלען“:

איך צעשפּרייט די הענט און באַלד
ווער — אַן עראָפּלאַן.
כאַפּט דער ווינט מיך און פֿאַרטראָגט
איבער בערג און ים…
פּלוצעם הער איך ”שלאָפֿן גיי,
איינער אַ הולטײַ!“
ווערן פֿליגלען ווידער הענט
און אין בעט איך פֿאַל.

די אָריגינעלע ייִדישע טעקסטן ווערן באַגלייט פֿון עלען קאַסעדיס געראָטענע ענגלישע איבערזעצונגען. קאַסעדי איז שוין גוט באַקאַנט ווי אַן איבערזעצערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַחוץ אירע צוויי בענד דערציילונגען פֿאַר דערוואַקסענע — איין זאַמלונג פֿון יענטע מאַש און איינע פֿון בלומע לעמפּעל, האָט קאַסעדי אויך איבערגעזעצט אַ ביכל ייִדישע קינדערלידער וועגן בעלי־חיים אַרויסגעגעבן אין פּוילן: „דער ייִדישער זו‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.