מוזיק־ווידעאָ: „לאָמיר זײַן געזונט“Music Video: “Let’s Be Healthy’’
אין זײַן נײַ ליד דערקלערט ראָמאַן גרינבערג ווי מע קען זיך פֿאַרהיטן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס און דאָך פֿאַרברענגען מיט גוטע פֿרײַנד

Graphic by Angelie Zaslavsky
די צוקונפֿטדיקע פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן ליד וועלן זיך אפֿשר דערשטוינען, וויפֿל לידער וועגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס מע האָט געשאַפֿן, ניט בלויז אויף דער חסידישער גאַס, נאָר אויך בײַ אנדערע ייִדיש־רעדער אין אייראָפּע און אַמעריקע. ס׳איז אָבער פֿאַרשטענדלעך. אַז אַ מוזיקער איז פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער היים, וועט ער דאָך סײַ ווי שפּילן מוזיק, און אַז אַ זינגער איז פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער היים, וועט ער דאָך זינגען, און אַז אַ קאָמפּאָזיטאָר קען ניט אַרויס אין דרויסן, וועט ער דאָך קאָמפּאָנירן. און אַז אַ טאַלאַנטירטער ייִד ווי ראָמאַן גרינבערג איז אַלע דרײַ אין איינעם (און אַ כאָר־דיריגענט דערצו), איז ניט קיין חידוש אַז ער זאָל אַרויסלאָזן אַ מוזיק־ווידעאָ.
„לאָמיר זײַן געזונט“ קלינגט ווי אַ ייִדיש טעאַטער־ליד אויפֿן אַלטן שטייגער, נאָר שילדערט אויך, אויף אַ חנעוודיקן אופֿן, די אומרויִקע שטימונג בעת דער תּקופֿה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. בעת גרינבערג זינגט דאָס ליד, זעט מען ווי ער קען ניט אײַנזיצן, נאָר דרייט זיך איבער זײַן סאַלאָן, טראַכטנדיק וועגן בעסערע צײַטן און זײַן כאָר. טאַקע דערפֿאַר עצהט ער די צוהערער אָנצוקלינגען זייערע חבֿרים און האָפֿט, אַז די מגפֿה זאָל זיך וואָס גיכער ענדיקן, אַזוי ווי די מכּות אין מצרים.
ראָמאַן גרינבערג, דער בעלץ־געבוירענער מוזיקער, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר, פֿירט שוין אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר זינט 2002. דער כאָר פֿירט יעדעס יאָר אויס אימפּאָנירנדיקע קאָנצערטן פֿון ייִדישע, ישׂראלדיקע און ספֿרדישע לידער, אָבער לייגט דעם טראָפּ דווקא אויף די ייִדישע פֿאָלק־ און קונסטלידער און דער קלעזמער־מוזיק. גרינבערג טרעט אויך אויף מיט אַ ריי אַנדערע קאַפּעליעס און איז אַן אוניקאַלער קוואַל פֿון אויטענטיש ייִדיש געזאַנג אין ווין. ער האָט אויך געהאָלפֿן איבערפֿירן עטלעכע עלטערע זינגער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין ווין אויף קאָנצערטן, אַרײַנגערעכנט אַרקאַדי גענדלער ז׳׳ל, ווי מע קען זען אין דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „אַ ביסעלע גליק“.
דרך־אגבֿ, גרינבערגס כאָר איז נאָך אַלץ אַקטיוו, רעקאָרדירנדיק נײַע לידער פֿון דער היים. זעט למשל, זײַן נײַעם נוסח פֿון „שבת זאָל זײַן“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
